- 93
געוועהן ריין. נאר דיא כנים האבען אבער זיין ארמען קערפער שטארק בעזעטצט עס איז אונמעגליך געוועהן איהם צי בערייני־ גען גערעד האט ער ביז אין דער לעטצטער שעה, האט טאג אין נאכט געלענט קריאת שמע. א טאג פאר זיין טוידט האט ער אויפגעהערט צי רעדען אין איז מיט א ביטערן שווערען טוידט געשטארבען. עס איז געבליעבען א ביססעל געלר איינצומאהנען. ער הערר רייגער קאססירט איין דאס געלד. העלפט גיבט ער דער ארימער שוועסטער אין העלפט דעם אויל בין 150 פראנק, ער זאלל אנגעשריעבען ווערין און טאבלוי פין דיא מעמברעס דע וועטש Menibru de vei אייביגעס מיטגל עד. אנפאנגס יאהר 88 איז ער איינגעשריעבען געווארען אויף דעם שטיין.
שנת תרמ"ה 25 משה רפאלאוויטש ופטר יום של כ ב אדר תרמ"ה, ונקבר בו 2: פעבער 1888 ב
שמונים ושלש לימי חייו.
משה בן מאיר ראפאלאוויטש וואר דער ערסטער אלטער מאנן וואס איז אויפגענעהמען געווארין אין אזיל דער איז געוועהן א עלנדער מענו אהן אינאיינציגען באפריינדטען דא אין בוקארעסט. א רוסישער א געבוירענער פון דער שטאדט דאבניע. וואלניר גו־ בערנע, איז ער געקיממען אין דיא לענדער רומעניען מיט דיא רוס־ סען אים יאהרע 1828 אין פין דעמילס איז ער געבליעבען אין דער וואלאביו. וויא אזוי ער האט זיין לעבען ציגעבראכט אין דער יויענד ווייס איך ניט נאר אויף דער עלטער פין יאהר 1864 פלעג ער קלעבין ארום דעם הויז פין ר' זיסי ליב גוטמאנן. דארט האט מען איהם אונטערשטיטצט. אים יאהרע 1879 האט מען געקויפט דאס פלאטץ וועגען דעם ביי. אויף דעם גרונד איז געוועהן א גע־ דעכט וואלד*) פין אבסטביימער אין א־נ־אלט הויז מיט א קעך. דעמילס האט מען מיך אריינגעזעטצט איך זאלל איבערנעהמען דיא מאטעריאלען וועגען דעם בוי און מען האט מיר ארויסגעגע־ בען א פאפיער אונטערשריעבען פון אללע קאמיטעמסמיטגליעדער לעבענסלענגליך אזיל־פאטער צו בלייבען אין דעם אינסטיטוט וואס
*) דארט האבען זיך געפינען ביימער פין אללערליי פירות אין עס איז געוועהן נעסטין פין א- ריטשעס( א מין פעלדמויס וואס איהר גאנצער קערפער איז געדעקט מיט שטעכענדיגע נאדלען). איך פלעג מיר מיט זייא איין אונטערהאלט מאכען.