-
94-
דא וועט געבויט ווערין. קיין ליאפע האב איך ניט פערלאנגט, ווייל איך בין אויך געוועהן איין אקטיוועס מיטגליעד אין אונזער פער־ איין אין האב איינגעצאהלט אזוי גיט וויא אנדערע מיטגליעדער. וויא מען האט אנגעפאנגען צי בויען האט ר' זוסי ליב גוטמאנן אינטערווענירט ביים קאמיטעט מען זאלל אנגאזשירען דעם אלטען ראפאלאוויטש אלס אויפזעהער איבער דיא בעלי מלאכות אין מען האט דאס ריכטיג געטהון אין איהם דערפאר געצאהלט 40 פר. א חודש, פלעג ער קימען אין דער פריה אין אוועקגעהן אויף דער נאכט. שפעטער, וויא דיא ערשטע 9 שטיבליך זענין פערטיג גע־ ווארען, האט ר' זוסי ליב גוטמאן פארגעטראגען מען זאלל דעם ר' משה ארייננעהמען. דיא שטיבער זענין אבער נאך ניט געוועהן אראנישירט מיט בעטין אין בעטצייג, האט מען מיר איהם געהייסען ארייננעהמען צי מיר אין קעך. אם 3 דעצעמבער 1880 האב איך איהם צי מיר אריינגענעהמין, האב איהם געגעבען א בעט מיט שעהן בעטצייג אין נאכטמאהל אין שבת האט ער בייא מיין טישׁ געגעססען, איז ער בייא מיר אוועקגעזעססען ביז נאך פסח וועהרענד דער צייט זענין דיא ציממער אויסמעבלירט געווארען, האט מען אנגעהויבען צי שמיסען אלטע לייט אריינצינעמין נאר ניט עססען צו געבען. אים מאנאט מאי 1881 האט מען איהם ארייני גענעהמען אין דיא נייע שטיבער, א שעהן בעט אבגעגעבען אין עססען פלעג ער בייא ר' זוסי ליב ג'טמאן. דער אלטער ראפא־ לאוויטש איז געוועהן איניארנטליכער מענש. דיא לעטצע 7 יאהר פין זיין עלטער האט ער ציגעבראכט אין אונזער אזיל. זיין נאטור האט אויסגעוועען צי זיין פין איין עדלער פאמיליע געבוירען. אים יאהר 1886 אם 4 יוני האט משה ראפאלאוויטש געזאללט נהרוג ווערין, האב איך נאך מיט צווייא מענשען איהם פין א געפעהרליכען טוֹידט גערעטטעט, איז ער נאך דאמאלס געוועהן ביים מענשלים כען שׂכל אז ער האט איין עפפענטליכען דאנק געשריעבען אים היועץ נומר 847 פאם 16 אוגוסט 1886.
אין אזוי איז ער ביז א יאהר פאר זיין טויך ט געוועהן א רייך נער מענש אין בייא אללע מענשליכע געוויססען. ער האט ניט גערוּיכט, ניט געשמעקט אין ניט געקוקט אויף אויגענגלעזער. אנפאנג יאהר 87 אין ווייטער האט ער פערלוירען דעם רעכטע