Druckschrift 
Seyfer zikhroynes̀ : oder, Biografishe beshraybung fin di alṭe layṭ ṿos zenin oyfgenemen geṿoren in Buḳaresṭer azil (bate maḥseh li-zeḳenim) fom yahre 1880 biz ende des yahres 1890 / me-et Yaʿaḳov Pesantir ; des seyfer werd ridikirṭ le-koved dem hisṭorishen farayn "Yulyus Barash" tsu Buḳareshṭספר זכרונות : אדער, ביאגראפישע בעשריבונג פין דיא אלטע לײט װאס זענין אױגענעמען געװארען אין בוקארעסטער אזיל (בתי מחסה לזקנים) פאם יאהרע 1880 ביז ענדע דעס יאהרעס 1890 / מאת יעקב פסנתר ; דאס ספר ווערד רידיקירט לכבוד דעס היסטארישען פעראיין "יוליאס באראש" צו בוקארעשט
Seite
95
Einzelbild herunterladen

-

95

גן

גן

2

שׂכל און האט שוין געגאנגען קינדערישע פעהלער. ער איז אויך שוין ניט געוועהן ריין אין דער מענשליכער נאטור, דיא כנים הא־ בען איהם אויך ניט ציריה געלאזט, נאר ער איז נאך אלץ ארימי געגאנגען אויף זיינע פיס. ער פלעג נאך אריינגעהן שבת אין דער פריה. אין שיהל אריין אין דאווינען מיט טלית אין תפילין אין אזוי איז ער ארימגעגאנגען עובר ובטל ביז אין לעטצטען טאג פון זיין

טוידט.

שבת פרשת פרה איז ר' משה געזעסין ביים טיש מיט אללע זקנים אין געגעססען, זינטיג פריה איז ער געפאללען צו בעט אין ביז אויף דער נאכט האט ער דאס לשון פערלוירען. אללע 5 מי־ ניט איז ער פייים בעט אראב אין מעהר ניט געקאנט ציריק ארויף געהן, ער האט זיך מיט דעם טיש אין בענקליך געראנגעלט. בין האלבע נאכט האבען מיר מיט איהם געהאט צי טהין ביז מיר האבען איהם בערוהיגט, נאך האלכע נאכט איז ער געבליעבען ליגען מיט דיא אויגען ציגעמאכט אין עס האט איהם אנגעהויבען צי כארכלען אין האלז, יום שני 22 אדר אום 5 אוהר אין דער פריה האט איהם נאך זעהר שטארק געכארבעלט אין האלו, בין איך נאך נעבען איהם געזעססען א שעה. ביז 6, אין איהם דער לעטצטע אטהעם פערשווינדען אין א טויטער קערפער איז פאר מיינע אויגען ליעגען געבליעבען. אויף דעם טוידט פין משה רפאלא־ וויטש קעננען מיר ניט זאגען אז אס איז געוועהן א שוועהרער ביטערער טוידט, אבער א מיתה נשיקה איז דאס אויך ניט גע־

וועהן.

26 העניא לעבאוויטש( דיא טשיקאוועכע) נפטרה כ"ו אדר תרמ"ח ונקברה יום ראשון כ"ח בו, 28 פעבער 1888, בן שמונים לימי הייה.

העניא בת ר' יוסף לעבאוויטש( דיא טשיקאוועכע) איז אויפר גענעהמען געווארין אין אזיל אים יאהרע 83, זיא איז געוועהן א קרענקליכע פרוי, פלעג תמיד ארימגעהן מיט א שטעקען, נאר אין דער מענשליכער נאטור איז זיא געוועהן געזינד אין שטארק אין האט געגעססען אין געטרינקען וויא א געזדינער מענש מיט דעם אללעס איז זיא געוועהן נאר הויט אין ביין, אין האט אזוי אוועק־ געלעבט אים אזיל 5 יאהר. פרייטאג ר"ח טבת נאך לעכט בעני שען איז זיא צי בעט געפאללען, ביז פרשת ויחי פלעג זיא נאך