Druckschrift 
Seyfer zikhroynes̀ : oder, Biografishe beshraybung fin di alṭe layṭ ṿos zenin oyfgenemen geṿoren in Buḳaresṭer azil (bate maḥseh li-zeḳenim) fom yahre 1880 biz ende des yahres 1890 / me-et Yaʿaḳov Pesantir ; des seyfer werd ridikirṭ le-koved dem hisṭorishen farayn "Yulyus Barash" tsu Buḳareshṭספר זכרונות : אדער, ביאגראפישע בעשריבונג פין דיא אלטע לײט װאס זענין אױגענעמען געװארען אין בוקארעסטער אזיל (בתי מחסה לזקנים) פאם יאהרע 1880 ביז ענדע דעס יאהרעס 1890 / מאת יעקב פסנתר ; דאס ספר ווערד רידיקירט לכבוד דעס היסטארישען פעראיין "יוליאס באראש" צו בוקארעשט
Seite
96
Einzelbild herunterladen

ציב סלעך פינ'ס בעט אראבגעהן אין שפעטער האט זיך דיא קרענק געשטארקט אין זיא איז געשוואלען געווארין, אז זיא האט שוין פינ'ס בעט ניט געקענט אראבגעהן. דיא טעג אין דיא נעכט האט זיא פערבראכט מיט יאממערן אין געשריי, דיא גרויסע שמערצען האבען זיא ניט געלאזט רוהען. איהר זיפצען אין שרייען האט יער דען אלטען מאנן אין פרוי אונרוהיג געמאכט, איבערהויפט דיא אלטע פרוי מעניא ווייס וואס איז מיט איהר אין איין שטיב גע־ זעססען. אין אזא געפעהרליכער קרענק איז זיא געלעגען 3 חדשים: טבת, שבט אין אדר. פין שבת פ'תרומה ביז דיענסטאג אין דער פריה אוּם 8 אוהר איז זיא געזעססען מיט דעם קאפ אראפגע־ האנגען אין האט זיך נישט געקעננט לעגען בשום אופן. דאנה נערסטאג כ"ה אדר איז זיא אראב געפאללען פון איהר בעט אין עס האבען זיך פיער מענשען מיט איהר נעהויבען ביז מען האט זיא צוריקגעלעגט אויף איהר געלעגער. פרייטאג כ"ו אדר דרייא שעה פארטאג בין איך אריינגעגאנגען איך זאלל זיא מבקר חולה זיין, האט זיא געבעטען איך זאלל זיא א ביססעל אויפזעצין, איך האב דאס געטהאן, האב זיא אינטערגעשפארט מיט א פאאר קישען, האב איהר געמאכט א גלאס ווארס וואססער מיט מילך אין איהר איינגעגעבען מיט א קאפעעלעפעלע. זיא האט אבער דאס שוין גיט געקענט פערנעמין. וויא איך האב זיא נאר צוריק־ געלעגט האט איהר באלד אנגעהויבען צי כארכלען אין האלז וויא א שׁטארקער מאשין אין עס האט מיט איהר געארביט וויא א מין חולה נופל. אזוי האט זיא זיך געמיטשעט ביז פרייטאג אויף דער נאכט אום 7 אוהר, דאמאלס האט זיך געשייד איהר לעצטער אטהעם פין איהר גוף מיט שווערע אין ביטטערע יסורים. אינ זיא איז געלעגען אויף איהר בעט ביז מוצאי שבת אין דער אומרייני ליכקייט. אז דיא חברה־ווייבער האבען זיא אפגעהויבּען פינ'ם בעט איז דאס בעטצייג געוועהן מיט פערגליווערט בליט וואס האט איהר דורבין האלז געזעטצט, דער האלז איז איהר גאנץ פערשטאפט געוועהן.

נאך מיינער מיינונג קען מען זא איין טוידט אויך אנרופען

אםברה.