Druckschrift 
Seyfer zikhroynes̀ : oder, Biografishe beshraybung fin di alṭe layṭ ṿos zenin oyfgenemen geṿoren in Buḳaresṭer azil (bate maḥseh li-zeḳenim) fom yahre 1880 biz ende des yahres 1890 / me-et Yaʿaḳov Pesantir ; des seyfer werd ridikirṭ le-koved dem hisṭorishen farayn "Yulyus Barash" tsu Buḳareshṭספר זכרונות : אדער, ביאגראפישע בעשריבונג פין דיא אלטע לײט װאס זענין אױגענעמען געװארען אין בוקארעסטער אזיל (בתי מחסה לזקנים) פאם יאהרע 1880 ביז ענדע דעס יאהרעס 1890 / מאת יעקב פסנתר ; דאס ספר ווערד רידיקירט לכבוד דעס היסטארישען פעראיין "יוליאס באראש" צו בוקארעשט
Seite
97
Einzelbild herunterladen

- 97-

27 מעניא ווייב נפטרה יום שלישי כ"ט ניסן תרמ"ח ונקברה יום רביעי א' דראש הדש אייר 30 מערץ 18-8 בת שבעים ותשעה לימי הייה.

סוף אדר אז דיא אלטע פרוי העניא לעבאוויטש האט זיך אבגעשייד פין דיא לעבענדיגע אין אונזער אזיל אין א ביססעל רוהיג געבליעבען פינים קרעכצען אין וויינען פין דיא קראנקע מענ־ שען וואס זענין געשטארבען. דיא רוה האט אבער ניט לאנג גע­דויערט. באלד נאך ראש חדש ניסן האט זיך אנידערגעלעגט דיא אלטע פרוי מעניא, וואס איז געזעססען אין איין שטיב מיט דער טשיקאוועכע. דיא אלטע מעניא ווייס איז מעהר ניט געלעגען נאר 4 וואכען. איהר שכל האט זיא ניט פערלוירען אין מיט יע־ דען שעהן גערעד, נאר זיא האט אויך בעשטענדיג געוויינט אין האט געשריגען אז דיא טשיקאוועכע האט זיא קראנק געמאכט*) אין דאס איז טאקע דער ריינער אמת געוועהן, ווייל דיא מעניא איז מיט איהר געזעססען אין איין שטוב, האט זיא געמיט דיא אנדערע בעדיענען אין זיך מיט איהר מעהרערע מאל געהויבען. אין אזוי איז דיא אלטע מעניא געלעגען דעם גאנצען חודש ניסן צי ביט. יום שני כ"ח ניסן איז זיא שטארק פארשלאפט געווארען. באנאכט אין זיא פינ'ס בעט אראב אין האט געוואללט ארויסלוי­פען איז זיא צי דער ערד געפאללען, האט מען זיא מיט שוועה־ רער מיהן צוריקגעלעגט. יום שלישי כ"ט ניסן אום 5; והר אין דער

פריה האב איך זיא גיט בעטראכט. רעדען האט זיא ניט מעהר געקענט, נאר מיט דיא אויגען האט זיא מיך שטארק אנגעקיקט אין האט מיט זייא אזוי שטארק געפינקעלט וויא א געזינדער מענט. וויהין איך האב מיך געקעהרט האט זיא מיט דיא אויגען נאכגע־ קיקט. זיא איז געלעגען רוהיג אין שטילל, עס האט איהר ניט גע־ כארכעלט אין האלז וויא ביי אנדערע. עס האט נאך געדויערט א שעה, בי, 6, אין זיא איינגעשלאפען גאנץ רוהיג. דעם טוידט מעג מען אויך אנריפען מיתה נשיקה". זיא איז געלעגען זויבער אין ריין ביז אין דער לעטצטער שעה. קיין אומריינער פלעק האט זיך געפיננען אויף איהר געלעגער, ביז מען האט זיא אנגעהויבען פין איהר בעט אין געלעגט אויף דער ערר מיט דיא פיסס צי דער טהיר.

*) אין פאלגע דעססען האט הערר יאנאוויטש פארגעלעגט ביי אייגער קאמיטעטסזיטצונג אז פיר קראנק: זאלל מען אבזינדערן איין עקסטער שטיבעל אין דער פרעזידענט ד"ר בלומענגעלד האט דאס ניט געוואללט ציגעבע.

7