Druckschrift 
Seyfer zikhroynes̀ : oder, Biografishe beshraybung fin di alṭe layṭ ṿos zenin oyfgenemen geṿoren in Buḳaresṭer azil (bate maḥseh li-zeḳenim) fom yahre 1880 biz ende des yahres 1890 / me-et Yaʿaḳov Pesantir ; des seyfer werd ridikirṭ le-koved dem hisṭorishen farayn "Yulyus Barash" tsu Buḳareshṭספר זכרונות : אדער, ביאגראפישע בעשריבונג פין דיא אלטע לײט װאס זענין אױגענעמען געװארען אין בוקארעסטער אזיל (בתי מחסה לזקנים) פאם יאהרע 1880 ביז ענדע דעס יאהרעס 1890 / מאת יעקב פסנתר ; דאס ספר ווערד רידיקירט לכבוד דעס היסטארישען פעראיין "יוליאס באראש" צו בוקארעשט
Seite
98
Einzelbild herunterladen

28 באבע זעלדע נפטרה כ"ב אלול תרמ"ח ונקברה יום חמישי כ"ג בו בת שבעים ושנים ככה שבעים ושנים

לימי חייה, 18 אויגוסט 1888.

דיא באבא זעלדע איז געוועהן איין אנגינעמיינע העבאמע דא אין בוקארעסט אין איז ניט געוועהן קיין ארמע פרוי, זיא האט געהאט א שעהן ביססעל פערמעגען. אם ענדע איהרעס לעבענס, אז זיא האט געזעהן זיא קאן שוין ניט פארברענגין איהרע עלטער בייא איהרע קינדער, דען זיא האט מיט זייא ניט גיט געלעבט, האט זיא געבויט א שטיבעל אין בתי מחסה לזקנים מיט דער קאנדיציע דארט צי וואהנען ביז נאך איהר אבלעבען אין דערנאך געהער דאס שטיבעל אויף עולמות צים אזיל. אים חודש חשוון האט מען זיא אריינגענעמין אים אזיל אין האט א גאנצען ווינטער נאך פונקציאנירט אלס בובע. אבער אויפ'ן זיממער איז זיא גאנץ שוואך געווארען אין איז קיים אויף איהרע פיס ארימגעגאנגען זיא איז געוועהן נאר וויא א סקעלעט אין א מענשענהויט אין איז מיר פארגעקיממען וויא א ברעט וואס דארויף איז אויפגעזעטצט א מענשענקעפעלע אין דאס האט גערעד פאר פייער אין פאר וואס־ סער. זיא האט זעהר גוט געקאנט לעזען אין אין יודישע ביכער אין ביז אין איהר טיידט אריין אין זיא געוועהן א ריכטיגע לוק־ סאסע פרוי. איהר פיצען מיט איהר פודערן האט ניט פארפעהלט א יעדען טאג. דיא קרעלין אין דאס פינגערל האט זיא ניט גע־ לאזט אראננעהמען ביז נאך איהר טוידט. י"א אלול תרמ"ח אין זיא געפאללען צי בעט אין מעהר ניט אראבגיזגאנגען. אייניגע טאגע פאר איהר טוידט האט זיא געוואללט ארימוואנדערן אין שטיב, אזוי וויא איך האב דאס שוין בעמערקט בייא אנדערע קראנקע. זייא וויללען זיך בעהאלטען פאר דעם טוידט וואהר־ שיינליך איז דאס איינס פין דיא פערשיעדענע מענשליכע נאטורען. דען נישט בייא אללע קראנקע געשיעהט דאס אבער דיא בּובע זעלדע איז אראבגעפאללען פין איהר בעט אין האט מעהר ניט געקאנט ארויפגעהן, מען האט זיא שוין געמיזט ארויפלעגען, אין אזוי איז זיא שוין געלעגען אויף איהר געלעגער ביז אין טוידט אריין. א טאג פאר איהר טוידט האט זיא געזאגט צי דיא קינדער זייא זאללען ברעגגין דעם דר. קרעמיניצער מיט נאך צווייא דאקטארען אין מען זאלל מאכען א קאנסיל יאום אין וויא באלד זייא וועלין