דאס ניט טהין וועט זיא זייא רופען צים בית דין של מעלה*). מיטוואך כ"ב אלול אום 5 אוהר אין דער פריה בין איך אריינגעגאנגען זעהן וואס זיא טהיט, האט זיא זיך אומגעקעהרט צי מיר, האט געעפענט איהרע אויגען אין געזאגט: איך שטארב, דערנאך האט זיא זיך וויעדער אומגעקעהרט צי דער וואנד, זיא האט פין זיך געקניפפען אין געריססען דיא הויט פין איהרע ביינער. איך האב געזעהן אז זיא איז שוין באלד פערטיג, האב איך גע־ שיקט נאך א חברה יודענע. ארים 6 אוהר האט זיא זיך וויעדער אומנעקעהרט צי אונז, איך בין דאביי געשטאנען, דיא חברה יו־ דענע אין איהרע צוויי טעכטער, האט זיא געעפענט דיא אויגען אין האט געזאגט: קינדער לעזט מיך אויס" אין דאס זענען געוועהן איהרע לעטצטע דריי ווערטער, זיא האט באין אופן ניט געוואלט שטארבּען. זיא איז געוועהן ביים גאנצען שכל האט זיך צוריק אימגעקעהרט אין עס האט איהר באלד אנגעהויבען צי בארטשען אין האלז אין בין האלב 8 אין דער פריה איז זיא איינגעשלאפען מיט א שוועהרען טוֹידט. דעם טוידט קענען מיר ניט אנרופען אסכרה, אבער אויך ניט נשיקה, נאר דאס איז איינע פין דיא אני דערע מיני מיתות וואס דיא תלמודיסטען זאגען,*
אין דער מיניט וואס דיא חברה יודענע האט זיא איבער־ געדעקט, האב איך געהייסען דער מיטטעלסטער טאכטער, מאי דאמע ליכטיג, זיא זאלל אראפנעהמען דעם מארזשאן פין איהר רעכטער האנד אין דאס פינגערל פין דער לינקען, ווייל ביז אין
*) דיא מיטעלסטע טאכטער אין אוועקגעלאפען רופען דעם דאקטאר, בין איך מיט דער עלטערער טאכטער געבליעבען אין שטיען לעבען איהר בעט, זאגט דיא טאכטער צי מיר: זיא גלויבען הערר פסנתר אז פאר מורא וואס זיא האט געזאגט אז זיא וועט מיך לאדען צים בית דין של מעלה האב איך געשיקט רופען דעם דאקטאר, ניין, איך ווייס אז דאס איז מאפט, ווארין איך אליין
האב איהר דאס אנגעטהין, פאר א פאאר יאהר איז מיין יונגערע שוועסטער ביי איהר געזעססען. האט זיך דיא מאמע מיט איהר ציקריגט אין האט מיין שוועסטער ארויסגעווארפען אים ווינטער מיט פיער קליינע קינדער, האב איך זייא צי מיר אריינגגענעהמין. אבער דיא מאמע האט איהר ניט געוואללט אבגעבען דיא זאכען אין האט אללעס פערהאלטען, האב איך מיך אנגערער מיט נאך דריי ווייבער אין מיר האבען זיך אנגעטהין מיט לאנגע ווייסע העמדער אין מיט ווייסע לא־ לעכער איבער דיא קעפ אין מיר זענין באנאכט געגאנגען צי איהרע פענסטער אין האבען זיא געריפען ביים נאמען אין איהר געזאגט, וויא באלד זיא וועט דער טאכטער ניט אבגעבען דיא זא- כען, וועלין זייא קימען מארגען אויף דער נאכט אין וועלין זיא ריפען צים בית דין של מעלה, האט זיך דיא מאמע שטארק דערשראקען אין אז עס איז נאר טאג געווארען איז זיא געלאפען צים רב אין האט איהם ערצעהלט דיא מעשה, האט דער רב געזאגט: גיב אב דיין טאכטער ויא זאכען, ווען ניט וועסטי מיזען געהן צים משפט, אזוי האט זיא אינז געריפען אין האט אינז אבגעגעבען אללע זאכען.