100
איהר טוידט אריין האט זיא ניט געלאזט אראבנעהמען דאס צי" רינג פין איהרע הענד אין דערמיט איז זיא געשטארבען, אין דער גרעסטער ריינקייט ביז אין דער לעטצטער שעה.
29 רבקה בעריל הזן'ס ווייב נפטרה יום ששי ג' טבת ונקברה יום ראשון ה' טבת שנת תרמ"ט בת ששים וחמשה לימי חייה( 27 נאוועמבער 1888),
רבקה איז געוועהן איינע פין דיא פרימסטע ווייבער אין בו־ קארעסט, אין איינע פון דיא נאהנטסטע פריינדע מיט דער משפחה צענטלער, לייבליכע געשוועסטער קינדער מיט ר' אשר קעניג, מיט ר' מענדעל ביילער מיט דאווידאוויטשעס קינדער, דיא נאבעל־ סטע פאמיליען פין בוקארעסט. זיא האט געלעבט מיט בעריל חזן 28 יאהר אין האבען קיינע קינדער געהאט. ספ. דומיטרע 88 זענין זייא אויפגענעמין געווארין אין אזיל, נאר זייא האבען חרטה געהאט אין האבען זיך ניט געוואללט אריינציעהן דאס הארץ האט זייא ניט געצויגען צים אומגליק, דיא פריינד האבען אבער זעהר שטארק געארביט אין ר' אשר קעניג האט זייא ציגעגעבען צי דער שטיב דאס קעמערל פין דער שיהל אבי זייא זאללן זיך אריינציעהן אין דארום האבען זייא פארשפעטיגט דיא צייט. יוֹם ראשון כ"א כסליו האבען זיי זיך אריינגעצויגען אים אויל. א־נ־אלט מענש איז זיא געוועהן, האט זיא זיך א ביססעל אנגעשטרענגט ביים איבערציעהן אין דאננערסטאג כ"ה כסליו האט זיא א גאני צען טאג געארביט בייא דער מאגאזיע אין געטראגען ציגעל. א שׁוואכע פרוי איז זיא געוועהן, איז זיא געפאללען צי בעט אין האט אנגאהויבען צי שרייען ביים הערץ טהיט זיא וועה, זענין זיך
צוזאממענגעקימען דיא אלטע ווייבער פינ'ס אויל אין האבען איהר געלעגט מושטאר אויפ'ן הערץ אין נאך אנדערע באבסקע מיטעל וואס האבען גאר ניט געפאכט צי איהר קרענק, אז ביז צוויי בא־ נאכט איז זיא אריינגעפאללען אין א געפעהרליכער קרענק. איהר זיפֿצען אין קרעכצין איז ניט געוועהן צי דערליידען. איך האב דער־ פין ניט געוויסט, ווען איך הער קלאפט ר' בעריל ביי מיר אין דער טהיר אין שרייט מיט א געפעהרליכער שטיממע: ר' יעקב שׁטעהט אױף אין קימט אריין, מיין ווייב איז שטארק פערשלאפט געווארין. איך מיט מיין ווייב זענין אריינגעלאפען אין מיין ווייב האט זיא באלד אנגעפאנגען אבצישמירען אינטערן הארץ, האט זיא ערפאה־