Druckschrift 
Seyfer zikhroynes̀ : oder, Biografishe beshraybung fin di alṭe layṭ ṿos zenin oyfgenemen geṿoren in Buḳaresṭer azil (bate maḥseh li-zeḳenim) fom yahre 1880 biz ende des yahres 1890 / me-et Yaʿaḳov Pesantir ; des seyfer werd ridikirṭ le-koved dem hisṭorishen farayn "Yulyus Barash" tsu Buḳareshṭספר זכרונות : אדער, ביאגראפישע בעשריבונג פין דיא אלטע לײט װאס זענין אױגענעמען געװארען אין בוקארעסטער אזיל (בתי מחסה לזקנים) פאם יאהרע 1880 ביז ענדע דעס יאהרעס 1890 / מאת יעקב פסנתר ; דאס ספר ווערד רידיקירט לכבוד דעס היסטארישען פעראיין "יוליאס באראש" צו בוקארעשט
Seite
101
Einzelbild herunterladen

101­-

רען אז זיא האט א בראך אין פינ"ס ארבייטען וואס זיא האט א גאנצען טאג געארביט ביי דער מאגאזיע אין ציגעל געטראגען, האט זִיך איהר אראבגעלאזט דיא וואטעמאטורע, דארום האט זיא געהאט זאלכע שמערצען אין בויך. פין דעם אלטען פעהלער וואס ז'א האט געהאט האט זיא זיך געטעהמט אויסציזאגען אין האט נאר געשריעגען זיא האט א קאליקע, מיין ווייב האט אבער איהר אלטען חסרון באלד מגלה געוועהן אין האט געהייטען רופען א בובע מען זאלל זיא ווייבעריש אונטערזוכען, אין דיא אללע מיטלען וואס דיא ווייבער האבען איהר געטהין האבען איהר נאך מעהר שמערצען געבראכט. פרייטאג אין דער פריה האט מען גע־ רופען דעם דר בלומענפעלד אין מען האט איהם ניט געזאגט זיא אין געריהרט פון דער וואטעמאטורא, נאר אז זיא האט א קאי ליקע, האט ער איהר געגעבען פראשיקעס אין פין דעם האט זיא אנגעהויבען שטארק צי ברעכען, איז דיא קרענק נאך פערשטערקט געווארען. שבת פרשת מקץ האט מען גערופען דעם דר. האוויר דאוויטש, האט ער איהר אויך מיטטעל נעגעבען. זאנטא, כ'ד כסליו האט מען גערופען דעם דר. שאכמאנן. וויא ער האט זיא נאר אונטערזוכט האט ער ערקלעהרט אז דיא קישקעס זענען איהר איבערגעקעהרט געווארין אין מען מיז איהר איינע אפעראציאן מא־ בען. אין דעם טאג אבענד איז געקיממען דר. דאווידאוויטש אין דר. סאלטער, האבען קאנסטאטירט איהר קרענק אין איהר גע־ הייסען מאכען ווארמע ביטלעך אין ווארמע קריסטירען. מען האט דאס געטהין אבער עס האט איהר וועניג וואס געהאלפען, דאס ביססעל וואס זיא האט גענאססען האט זיא דארכין מויל ציריקי געגעבען. מאנטאג האט ר' בערל געבראכט דיא בובע עלקע וואס האט איהר געמאכט אין דעם טאג דרייא קריסטירהן, דיענסטאג איז אויך געקיממען דיא בובע אין האט איהר געמאכט קריסטי־ רין, אין צים לעטצט איז געקיממען דיא בובע שלאמצע אין האט איהר אויך געמאכט קריסטירען. מען האט איהר אזוי פיעל קריס־

טירען געמאכט אז דאס וואססער האט איהר בויך ציטראגען. יום חמישי ב' טבת בין איך אריינגעקיממען, זאגט זיא, צי מיר: ר' יעקב וואס זאלל איך טהון, איך וועל עס ניט אויסהאלטען, עס ציטראגט מיר מיין בויך, וואס איז צי טהין? דאס איז געוועהן א