Druckschrift 
Seyfer zikhroynes̀ : oder, Biografishe beshraybung fin di alṭe layṭ ṿos zenin oyfgenemen geṿoren in Buḳaresṭer azil (bate maḥseh li-zeḳenim) fom yahre 1880 biz ende des yahres 1890 / me-et Yaʿaḳov Pesantir ; des seyfer werd ridikirṭ le-koved dem hisṭorishen farayn "Yulyus Barash" tsu Buḳareshṭספר זכרונות : אדער, ביאגראפישע בעשריבונג פין דיא אלטע לײט װאס זענין אױגענעמען געװארען אין בוקארעסטער אזיל (בתי מחסה לזקנים) פאם יאהרע 1880 ביז ענדע דעס יאהרעס 1890 / מאת יעקב פסנתר ; דאס ספר ווערד רידיקירט לכבוד דעס היסטארישען פעראיין "יוליאס באראש" צו בוקארעשט
Seite
102
Einzelbild herunterladen

-

102­

טאג פאר איהר טוירט. זיא איז געוועהן בייא איהר גאנצען שכל. פרייטאג נאכמיטטאג בין איך אריינגעקומען זיא צו בעטראכטען, איז זיא געלעגען מיט דיא אויגען אפפען, נאר זיא האט שוין ניט גערעד אין פין א הר בויך האט מען געהערט א גרויסען לערם עס האט איהר געזאטטען אין דיא קישקעס וויא אין א קעססיל. איך בין ציגעגאנגען צי איהר האט ר' בערל געזאגט: וועקט זיא ניט אויף זיא שלאפט. איך האב אבער געזעהן וויא דיא טרעהרין שטעללען זיך איהר אין דיא אויגען אין האט נאך אייניגע פינקעל געגעבען מיט זייא אין בין 5 נאכמיטטאג איז זיא איינגעש, אפען שטילל אונד רוהינ, עס האט איהר ניט געכארטשעט אין האלז וויא ביי אנדערע. אבער אזא קרענק האט זיך אויך ניט געטראפען בייא אונז אים אויל, ווען מען האט זיא ארויסגעפיהרט אויף דעם פעלד, האט זיך דאס וואססער פין איהר ארויסגעשיט אובין ארים אין הינטען ארים. דאס איז אויך איינע פון דיא שוועהרע מיתות וואס קוועהלט דעם זינדיגען מענשען ביז ער ווערט פריי פון דער. לעבענדיגער וועלט.

30 יעקב ליב מארקוס( זיידעלע) נפטר מיטוואך באנאכט 11 אוהר 7 שבט ונקבר יום שש 9 שבט תרמ"ט 30 דעצעמבער 1888) בן ששים ושמונה לימי חייו

יעקב ליב מארקוס( זיידעלע), א שניידער פין פראפעסיאן, איז געוועהן קליין פין סטאטור אין א קראנקער מענש: ער האט בעשטענדיג געהיסט אין איז געוועהן נצרותריג, תמיד האט ער געועמין אבפיהרמיטטעל אין דערפאר איז ער ארימגעגאנגען נאר קרעכצענדין. שׂכל האט ער געהאט ביז אין דער לעטצטער שעה, אין האט זיך תמיד אלליין בעדיענט, אז ער איז געוועהן בקו הבריאה פלעג ער זיך אבגעבען מיט ברויך אויסטהיילען פאר דיא אנדערע זקנים איעדען זיין פארציאן אין חדש טבת האט איהם דיא קרענק שטארק ציגעטרע־ טען איז ער שוין וועניגער ארויסגעגאנגען אין אין אין שטיב ארימ־ געגאנגען, דעם קאפ ציגעבינען. ער האט זיך בעקלאגט דער קאפ טהיט איהם וועה אין עס שפארט איהם אינטערן הערץ, איך אין מיין ווייב פלעגען אריינגעהן אין טהון וואס מיר האבען געקענט. מיין ווייב האט איהם געשמירט אינטערן הארץ אין דער קאבער מיט טשייא איז געשטאנען אויפ'ן טיש אין מיט ספירט האט ער