Druckschrift 
Seyfer zikhroynes̀ : oder, Biografishe beshraybung fin di alṭe layṭ ṿos zenin oyfgenemen geṿoren in Buḳaresṭer azil (bate maḥseh li-zeḳenim) fom yahre 1880 biz ende des yahres 1890 / me-et Yaʿaḳov Pesantir ; des seyfer werd ridikirṭ le-koved dem hisṭorishen farayn "Yulyus Barash" tsu Buḳareshṭספר זכרונות : אדער, ביאגראפישע בעשריבונג פין דיא אלטע לײט װאס זענין אױגענעמען געװארען אין בוקארעסטער אזיל (בתי מחסה לזקנים) פאם יאהרע 1880 ביז ענדע דעס יאהרעס 1890 / מאת יעקב פסנתר ; דאס ספר ווערד רידיקירט לכבוד דעס היסטארישען פעראיין "יוליאס באראש" צו בוקארעשט
Seite
103
Einzelbild herunterladen

- 103­

זיך איהם אלליין געמאכט, אזוי איז ער ארימגעגאנגען קרעכצעני דיג אין ווייקען זיך אין קיין גרייצער האט ער ניט געהאט ער זאל נעהמען דעם רעצעפט וואס דר. בלומענפעלד האט איהם פער­שריעבען, האט ער זיך געמייט לייען צוויי פראנק, דער עלטערער זיהן פין פיטעשט האט איהם געשיקט צעהן פראנק האט ער באלד אבגעגעבען דיא צוויי פראנק. ער האט אבער שוין קיין צייט גע־ האט דעס רעצעפט צי נעמין. ווייל ז' שבט מיטוואך באנאכט ארים 11 אוה איז ער געשטארבען מיט א מיתה פתאומיות ( אפאפלעקסיע).

אין דיא מיתה פין דעם מענשען איז געוועהן אויף דער ארט וויא מיר וועלין דא בעשרייבען: מיטוואך ז' שבט האט מען פאר דיא מענשען קיין פלייש געקאכט. נאר בארשט מיט קארטאפעל, אין פאר דעם קראנקען האט מען עקסטער געקאכט א זאפען פין פלייש. פאר נאכט האט ער דיא זאפען געגעססען, האט זיך געמאכט א טשייא אויף ספירט אין געטרינקען א ביססעל טשיי אין האט זיך געלעגט אויף זיין בעט. אין דער שטיב זענען נאך געזעססען צווייא מענשען, ר' בעריל חזן אין הזקן ר' לוי פאסאמאניג. דיא צווייא מענשען הא־ בען זיך אויך געלעגט שלאפען אין האבען דעם לאמפ אויסגע־ לאשען. ארים צעהן באנאכט איז דער קראנקער אויפגעשטאנען, איז אראבגעגאנגען פינים בעט אין געוואללט ציגעהן צי דער סאבע וויא עס איז געשטאנען א בענקעל מיט א שיססעל וואס ער פלעג אין איהר אריינשפייען דא נעבין בענקער איז ער געפאללען צי דער ערד מיט דיא פיס צי דער סאבע אין מיט דעם קאפ צי דער מיט שטיב אין האט שוין מעהר קיין קרעכץ געגעבען, דער אלטער ר' לוי פאסאמאניג האט געהערט דעם קלאפ ווען ער איז געפאללען, נאר ער האט געמיינט דיא שפיי־שיסעל איז אראבגע־ פאללען פינים בענקעל, האט ער זיך ניט געוואללט ריהרען פינים געלעגער. שפעטער מיט אייניגע מיניט האט ער זיך בעדענקט ער ווילל זעהן וואס איז אראבגעפאללען האט ער אנגעצינדען א לעכט. וויא ער האט געזעהן דעם קראנקען אויף דער ערד ליעגען אהנע אטהעם, האט ער אויפגעוועקט ר' בעריל חזן צי לעגען א האנד

אויף דעם קראנקען, האבען זייא ביידע מורא געהאט. נאר ר'