Druckschrift 
Seyfer zikhroynes̀ : oder, Biografishe beshraybung fin di alṭe layṭ ṿos zenin oyfgenemen geṿoren in Buḳaresṭer azil (bate maḥseh li-zeḳenim) fom yahre 1880 biz ende des yahres 1890 / me-et Yaʿaḳov Pesantir ; des seyfer werd ridikirṭ le-koved dem hisṭorishen farayn "Yulyus Barash" tsu Buḳareshṭספר זכרונות : אדער, ביאגראפישע בעשריבונג פין דיא אלטע לײט װאס זענין אױגענעמען געװארען אין בוקארעסטער אזיל (בתי מחסה לזקנים) פאם יאהרע 1880 ביז ענדע דעס יאהרעס 1890 / מאת יעקב פסנתר ; דאס ספר ווערד רידיקירט לכבוד דעס היסטארישען פעראיין "יוליאס באראש" צו בוקארעשט
Seite
104
Einzelbild herunterladen

--104-

בעריל אין באלד געלויפען צי מיר מיט א גרויסען שטארם: יעקב קימט אריין דער קראנקע איז אראבגעפאללען איך בין באלד אריינגעלאפען- אהן תחתונים אין בארוויס דען איך האב קיינע צייט געהאט מיך אנציטרין- אין האב איהם געפיננען אויסגע־ שטרעקט אין שוין האלב פערקיעלט אין מיט דיא אויגען אפען. עס איז געוועהן האלב צוועלף דער זייגער. איך האב איהם גע־ ריעבען דיא הענד אין האב געזעהן ער איז שוין טוידט, האב איך איהם אונטער דיא ארעם גענעהמין, נאר ער איז געוועהן שוועהר וויא בליי, האט מען מיר געמיזט העלפען אין איך האב איהם אויף זיין בעט געלעגט. ערשט דענסטמאל האט מען אוועקגעשיקט נאך דיא חברה שמשים. לויט אונזערע חכמים בעהויפטען איז דער מענש געשטאר־ בען מיט מיתה נשיקה וואס דאס הייסט ביי זייא מיתה פתאומית ( אפאפלעקסיא).

81 זיסעל ראפאפארט נפטרה יום שני ט' תמוז תרמ"ט ונקברה יום שלישי בו. בת שבעים ושמונה לימי חייה( 27 יוני 1889):

זיסעל ראפאפארט איז געוועהן פין א שעהנער משפחה. זיא האט מגדל געוועהן קינדער אין קינדסקינדער ביז אין דריטטען דור, אז זיא איז אריינגעקיממען אין איהר טיעפער עלטער ביז אי־ בער דיא זיבציג יאהר, האבען זיא איהרע קינדער אריינגעגעבען אין אזיל אין דארט האט זיא איהרע פאאר יאהרען מיט דיע זקנות פינים אזיל שעהן ציגעבראכט. ארימגן הן אין דרויסען האט זיא נ"ט געקענט אין איז שוין מייסטענס צו בעט געלעגען איהרע קינדער פלעגען אללע מאל קיממען אין זיא אונטערשטיטצען מיט וואס איהר הערץ האט פערלאנגט, זיא האט שוין גאנץ וועניג געגעס־ אין איז געבליעבען גאנץ דאר, זיא האט אויף זיך ניט געהאט קיין דרעם פלייש, נאר איהרע הוילע ביינער זענין געוועהן איינגע־ הילט אין א מענשענ הויט איהר קערפער איז געוועהן א מעטער דיא גרייס. אין אנפאנג חודש תמוז איז זיא קראנק געווארין אויף א קאליקע. אראבגעהן פינים בעט האט זיא ניט געקענט, דאס אבווייכען האט איהר מארדערעפסירט דאס וווייסע געלעגער, נאר דיא קינדערלעך האבען זיא בעדיעגט אין אין דער ריינקייט גע־ האלטען. יום שלישי ג' תמוז האט זיך דאס אבווייכען אויף איהר