Druckschrift 
Seyfer zikhroynes̀ : oder, Biografishe beshraybung fin di alṭe layṭ ṿos zenin oyfgenemen geṿoren in Buḳaresṭer azil (bate maḥseh li-zeḳenim) fom yahre 1880 biz ende des yahres 1890 / me-et Yaʿaḳov Pesantir ; des seyfer werd ridikirṭ le-koved dem hisṭorishen farayn "Yulyus Barash" tsu Buḳareshṭספר זכרונות : אדער, ביאגראפישע בעשריבונג פין דיא אלטע לײט װאס זענין אױגענעמען געװארען אין בוקארעסטער אזיל (בתי מחסה לזקנים) פאם יאהרע 1880 ביז ענדע דעס יאהרעס 1890 / מאת יעקב פסנתר ; דאס ספר ווערד רידיקירט לכבוד דעס היסטארישען פעראיין "יוליאס באראש" צו בוקארעשט
Seite
105
Einzelbild herunterladen

נעשטערקט איז זיא געלעגען מעהר טוידט וויא לעבעדיג. האט אללע מאל געעפפענט דיא אויגען, א יעדען אנגעקוקט אין גע־ רעד קליגע רייך. טרויריג אין געוועהן ציציזעהן וויא דער שרעק" ליכער טוידט מיטשעט דעם שוואכען מענשליכען קערפער. מיר האבען ציגעזעהן אזא טוידט וואס עס איז אונמעגליך צי בעשריי בען. 6 טאג מיט 6 נעכט האט דער מערדערליכער טיידט זיין ראללע געשפיעלט מיט דעם אונגליקליכען קערפער. איך מיין אז אזא טוידט איז נאך שוועהרער וויא דער טוֹידט וואס דיא גמרא רופט איהם אסברה. ביז אין איהר טוידט זענין איהר דיא אויגען ניט טינקעל געווארען אין האט ניט פערלוירען דאס געהער. אייניגע שטונדען פאר איהר טוידט האט זיא מיר געזאגט דיא פאאר ווער־ טער מיט א שטילל קול: ביז וויא לאנג נאך וועט מיך דער ביטטערער טוידט אזוי שטארק מיטשען". זינטיג פארנאכט האט: זיא דיא ווערטער געזאגט אין מאנטאג 1 נאך מיטאג איז זיא פריי געווארין פין דעם גזלן מיט זיין האק אין דער קערפער איז גע־ בליעבען ליעגען אהנע זיך צו בעוועגען.

32 ר' יצחק פיקעווער נפטר יום שבת קודש ד' אלול תרמ"ט ונקבר יום ראשון ה' בו 20 אויגוסט 1889 בן שמונים לימי חייו.

ר׳ איציק פיקעווער איז געוועהן פין דיא ערשטע מענשען וואס מען האט אויפגענעמין אים אזיל אים יאהרע 80. ער איז דאמאלס שׁוֹין געוועהן א מענש פין א יאהר 70 פין מיר בערע־ כענט, אין איז נאך געוועהן א קרעפטיגער מענש, נאר טוב וויא א האלץ ער איז געוועהן א מאלער אין אנשטרייכער, פלעג ער נאך געהן ארבייטען דיא מלאכה אין זיך שעהן פערדיענען זיין גרייצער. ער איז זיך תמיד געגאנגען שעהן געקליידעט אין איז געוועהן דער ריינסטער מענש אינטער דיא אלטע לייט, אין אזוי האט ער ציגעבראכט ביז אין זיין טיעפער עלטער. אים יאהרע 88 איז ער שוואך געווארין אויף דיא פיס אין האט דיא מלאכה שׁוֹין ניט געקענט בעניטצען, פלעגען איהם זיינע ארמע קינדער אונטער־ שטיטצען, האט ער שוין זיין טיעפע עלטער מיט שוויריגקייט צור געבראכט. טאג אין נאכט האט ער געמיזט מיט ווארמע ציעגעל זיין בויך ארימלעגען. סוף יאהר 89 האט איהם זיין טיעפע עלטער ציגעריקט אז ער איז קוים אויף דיא פיס ארימגעגאנגען. יום שני