-
- 106
ט"ו אב תרמ"ט איז ער צו בעט געפאללען אין ניט מעהר גע־ קעננט אראבגעהן. מיטוואך באנאכט איז ער פינ'ס בעט אראפגע־
פאללען אין מיט שוועהרער מיה האבען מיר איהם ציריק ארויפ־ געלעגט. ער האט ניט געגעססען, נאר א ביססעל טשיי אדער לימאנאדע געטרינקען. ער איז געלעגען אין דיא הויט אין איהם אבגעקראכען פין זיינע ביינער זיין קערפער איז געוועהן מיט וואונדען בעדעקט אין אויסגעדארט. ער האט פארגעשטעלעט א סקעלעט איבערגעצויגען מיט א מענשענהויט. דער טוידט האט איהם גע־ מיטשעט אהן רחמנות. ער איז געלעגען זויבער אין ריין ביז אין דער לעצטער שעה. זיינע ארמע קינדער האבען איהם ארדענטליך אין שעהן בעדיענט ביז צום גראבען. שבת מיטטאג איז איהם זיין לעטצט ביססעל אטהעם אויסגעגאנגען. עס האט איהם נישט געהארטשעט אין האלז אין נישט געבארטשיט אין בויך, נאר נשיקה קעננען מיר אזא מין טוידט אויך ניט נעננען, ווייל דער מענש האט געליטטען גרויסע שמערצען פאר זיין טוידט אין אזא ביטי טערע קרענק, אז דער צושויער האט געמעגט האבען א הערץ פין מארמאר האט ער אויך געמיזט וויינען.
33 יעקב בן אברהם סג"ל וואראנצאף נפטר יום ראשון י"א תשרי שנת תר"ן ונקבר י"ב בו 25 סעפטעמבער 1859 בן ששים ושש לימי חייו,
יעקב וואראנצאף האט זיך גינעהרט פין גענז שטאפען אין מיט דעם גישעפט האט ער זיך ערווארבען איין ביסעלע פארמעגען. אין דעם יאהר 89 איז זיין ווייב געשטארבען אין ער איז גיבליבען איינער אליין, קיין קינדער האבען זייא ניט געהאט אין ער איז גיוועהן אביסעל קרענקליך אויך וויא א דאמלאזשיא, האט ער זיך אויס גיגלייכט מיט דיא איפיטראפען פין דעם אזיעל אין האט זייא - גיגעבין 100 רענדליך אין מען האט איהם אריין גינעמין אין אזיעל. ער האט נאך גיגעבין אביסעל קיפער אין דעם אויעל אריין, איין זייגעריל, אייניגע נאפאלעאן האט ער גיגעבען צי בא האלטען אין דער אזיעל קאסע ער זאל האבען אויף זיינע בייא הוצאות בא זיין
לעבען. אין ערשטען מארטיא 1889 איז ער אריין אין אויעל אין דעם 3 סעפטעמבער איז ער גיפאלען צי בעט קראנק, עס איז איהם ארויס דיא בני מעיים, דעמאלס האט מען פאר רעכט דיא שטי־