-
107
בער איז ער גילעגען אין סאלע, אין זייער קאלטע רעגענס האבען דעמאלס אנגעפאנגען, האט ער זיך שטארק פאר קעלטעט איז ער אריין אין איין שטארקער קרענק, דיא פיס זענין איהם גילעהמט גיווארען. בין ראש השנה האט ער נאך גיקענט אראפ געהין פין דעם בעט אין אביסעל איבער געהין דיא שטיב, אין מעהר איז ער פין דעם בעט ניט אראפ גיגאנגען. גיגעסען האט ער גאר ניט נאר אביסעל וואסער אדער אביסעל טשייא געטרינקען. יום ראשון י"א תשרי האט ער אהן גיהויבען ארויף צי ברענגען איין מין ליחה וויא שווארץ בליט( מרה שחורה) עס איז גיוועהן איין מורא איהם אן צי זעהין, וויא ער האט זיך מיט דעם בליט אויס געשמירט דאס מויעל אין דיא נאז אין דיא ווענד, דאס גישוויליכץ איז איהם צי גיטרעטען צים הארץ. זיין קרעכצין אין שרייען טאג אין נאכט איז גיוועהין שרעקליך צום הערין. יום ראשון ארום 4 נאכמיטאג האט ער נאך גיזאגט דיא ווערטער שמע ישראל רחם נא, אין ארום 10 באנאכט האט איהם אהי גיהויבין צי הארטשין אין האלז עס האט איהם גיזאטען אין האלז וויא אין אקעסיל אין ארום 2
באנאכט האט איהם דער טויט בא פרייעט. דיא הויפט קרענק זיינע איז גיוועהן חולי מעיים.
איך גלויבע דאס דיא קרענק פין חולי מעיים וואס דער מענש האט גיליטען איז נאך ערגער וויא דיא קרענק אסכרה. 22 טאג איז דער מענש גילעגען איז גרויסע שמערצען ביז דער טויט האט איהם בעפרייעט פין דער מערדערליכער קרענק.
מושל מקשיב על דבר שקר כל משרתיו רשעים( משלי כ"ט)
נעקראלאג פין א יונג ביימעלע וואס עס האט ערשט צוויי מאל פירות געבראכט אויף דער וועלט אין איז ביז אין 5 טען יאהר פין זיין לעבען אינטערגעהאקט געווארין, ניט א מאל צי
דערקעננען דאס ארט וויא עס געוואקסען האט,
אין 84 האב איך געפלאנצט א קאיוסען ביימעלע בא דיא פענסטער אין ווינקעל נעבען דעם בראדענע ביימעלע. איך האב דאס ביימעלע אללע האלבע יאהר באשניטטען אין בעפיצט אז ביז אים יאהרע 88 האט דאס שוין פריכטע געבראכט אין אים יאהרע 89 האט עס נאך מעהר פריכטע געגעבען. עס איז געוועהן א פריידע צי זעהן וויא דיא פירות בליהן ביים פענסטער. יום ראשון דעם צווייטען טאג חול המועד סכות תר"ן אום