- 108
5 אוהר אין דער פריה דערזעה איך וויא דער דיענער האקט ראס ביימעלע, האט עס מיך זעהר שטארק אינטערעססירט, בין איך ציגעלאפען אין האב געבעטען דעם גוי ער זאלל ווארטען א שעה בין הר' גדליה ברייער וועט קיממען דאווענין, וועל איך בעטען ער זאלל מיך לאזען איך זאלל דאס ביימעלע ארויסנעהמען אין עס איבערזעצען אין קליינעם גערטענדעל נעבען דער שיהל. דער דיענער האט מיך ניט געוואללט פאלגען אין דווקא געוואללט ווייטער האקען, האב איך ארימנעהאפט דאס ביימעלע מיט ביידע הענד אין מיין קאפף דארויף געלעגט אין געזאגט: האק מיר פריהר אב דעם קאפ דערנאך וועסטי דאס ביימעלע אויסהאקען צי דעם לערס זענען ארויסגעקיממען אללע אלטע לייט מיט דעם פראוויזארישען עקאנאם שלמה בויך אדער בעלפער, וואס מען האט איהם ערשט אויפגענעמין פאר מצוה אין אזיל, אזוי האב איך געזאגט דיא פאריגע ווערטער, אז מען זאלל ווארטען מיטין הא קען ביז ברייער וועט קיממען, האט דער בעלפער א געשריי געגעבען צים דיענער: יא"ל דע קאפ שי טרינטעשטע־ל שי דע־ל אפארע דין קורטע. דאס הייסט. נעם איהם ביים קאפ, גיב איהם אויף דער הוצאה אין ווארף איהם ארויס פינ'ס הויף. דער גוי איז אבער געוועהן ביים גאנצען שכל אין האט דאס ניט געטהין, נאר ער האט אנגעהאפט דאס ביימעלע ביי דיא צווייגען אין האט עס איבערגעבראכען. אין דער מיניט איז פערניכטעט געווארען א יונג ביימעלע וואס האט ערשט צוויי מאל פריכטע געבראכט אויף דער וועלט. ר' וואלף מיכאלאוויטש אין גדליה ברייער האבען פערגעססען אז א יוד טאר ניט אויסהאקען אזא בוים וואס ברענגט פריכטע אויף דער וועלט, אזוי זאגט אונזער הייליגע תורה: לא תשחית את עצה כי ממנו תאכל ואותו לא תכרות( דברים כ'). דאס זעלבע ביימעלע האבען זייא געוואללט פערניכטען נאך מיט א יאהר ציפאר, ווייל אין דעם גרינדונגסטאג פין יאהר 88, ביי איין טאאסט. האב איך געזאגט: כי אבן מקיר תזעק וכפיס מעץ יעננה דיא שטיינער פין דיא ווענד אין דיא צווייגעלעך פין מיין ביימעלע וועלין עדות זאגען אויף מיין פלאגע וואס איך האב מיך געפלאגט וועגען דעם אזיל. דאס האב איך פובליצירט אינ'ס היועץ אין דאי פיר האבען זייא געוואללט דאס ביימעלע אויסהאקען. זייא האבען