Druckschrift 
Seyfer zikhroynes̀ : oder, Biografishe beshraybung fin di alṭe layṭ ṿos zenin oyfgenemen geṿoren in Buḳaresṭer azil (bate maḥseh li-zeḳenim) fom yahre 1880 biz ende des yahres 1890 / me-et Yaʿaḳov Pesantir ; des seyfer werd ridikirṭ le-koved dem hisṭorishen farayn "Yulyus Barash" tsu Buḳareshṭספר זכרונות : אדער, ביאגראפישע בעשריבונג פין דיא אלטע לײט װאס זענין אױגענעמען געװארען אין בוקארעסטער אזיל (בתי מחסה לזקנים) פאם יאהרע 1880 ביז ענדע דעס יאהרעס 1890 / מאת יעקב פסנתר ; דאס ספר ווערד רידיקירט לכבוד דעס היסטארישען פעראיין "יוליאס באראש" צו בוקארעשט
Seite
172
Einzelbild herunterladen

<-172­

צום וואהנען דאמיט איך זאל איבערגעמין דיא מאטעריאלען ווע־ גען דעם בויא. בא איין צוזאממענקונפט פין דעם 5 יענער 1880 איז געוועהלט גיווארין איין קאמיסיאן אז מען זאל געהן צים גרויד סען ראזענטהאל אין איהם בעטין ער זאל אויך מיטשטייערן צו דעם בויא. וויא דיא קאמיסיאן האט דאס אנגעטראגען דעם העררן ראזענטהאל האט ער גיזאגט איך וועל הינגעהן אין אנזעהין דאס פלאטץ אין דאנן וועל איך שוין ענפערן. וויא ער איז הינגעגאנגין אין האט דאס פלאטץ גיזעהן אז עס איז צו קליין האט ער גיזאגט אז מען זאל קויפען דאס צווייטע שטיק פלאטץ וואס דאנעבין איז, אזוי וועט ער מיטשטייערן, דאס צווייטע שטיק ערד איז גיווען נרעסיר אין האט גיהאט צוויי זייטען צו דער גאס אין האט גיהערט דער מא־ דאם ראזענצווייג אין עס האט באטראפין 4500 פראנק, אין אויס־ גיארביט גיווארין אז עמאנועל ראזענטהאל האט גיגעבין 3500 פר. אין ר' בעריל שענפעלד 1000 אין אזוי איז דאס צווייטע פלאטץ ציגעקויפט גיווארין אין מען האט דיא ביידע פלעטצע פֿעראייניגט אין ביז נאך פסח האט מען דיא אללע אקטען ארויסגינעמין אין מאטעריאל אבגעלעגט אין איין קערניצע געמאכט דיא קערניצע שטעהט פונקט אין דער מיט פין ביידע פלעטצע ווייל מען האט דיא ברינע געמאכט פריהער איידער דיא פלעטצע האבין זיך פעראייר ניגט דאס פלאטץ וואס ראזענטהאל האט גיקויפט האט גיהאלטין 40 מעטער צי סטראדא ראמולוס אין 34 מעטער צו סטראדא קאטיטע. אין דעם יאהר האט מען שוין ציגענעמין איין שמש ער זאל געהן איינקאסירען, מיינט איהר אפשר אומזיסט פאר עולם הבא? ניין 50 פראנק אחודש אין צעהן פון דער מאה וואס ער וועט איינקאסירען.( זעה אין ערשטען ראפארט בלאט 6) מען האט רע־ גולירט איין חותם וועגען דער סאטשעטע אויף דער ארט. דער חותם האט פארגעשטעלט איין פיערעקיג צימעריך מיט יודישע אותיות בתי מחסה לזקנים תרל'ה. העכער איבער דיא ווערטער מיט לאטיינישע לעטערן אויל 1875 אין אריס דעם צימעריל שטייט מיט לאטיינישע לעטערן Socielalea suslinerea_ómenilor

neputincioşi la bătrâneţe

אין אנפאנגס מאנאט מאי 1880 האט אנגעפאנגען דיא בּויא פין דיא ערשטע 9 שטיבער, דאמאלס האט מען ציגינעמין דעם אלטען