Druckschrift 
Seyfer zikhroynes̀ : oder, Biografishe beshraybung fin di alṭe layṭ ṿos zenin oyfgenemen geṿoren in Buḳaresṭer azil (bate maḥseh li-zeḳenim) fom yahre 1880 biz ende des yahres 1890 / me-et Yaʿaḳov Pesantir ; des seyfer werd ridikirṭ le-koved dem hisṭorishen farayn "Yulyus Barash" tsu Buḳareshṭספר זכרונות : אדער, ביאגראפישע בעשריבונג פין דיא אלטע לײט װאס זענין אױגענעמען געװארען אין בוקארעסטער אזיל (בתי מחסה לזקנים) פאם יאהרע 1880 ביז ענדע דעס יאהרעס 1890 / מאת יעקב פסנתר ; דאס ספר ווערד רידיקירט לכבוד דעס היסטארישען פעראיין "יוליאס באראש" צו בוקארעשט
Seite
173
Einzelbild herunterladen

-173­

ר' משה ראפאלאוויטש ער זאל אכטונג געבין אויף דיא בעלי מלאכות אין אויף דער בויא אין מען האט איהם גיצאהלט 40 פר. אחודש אין מען האט איהם אבגיגעבין דאס קעכיל פין דער אלטער שטיב ער זאל דארט זיצען אזוי וויא איך האב געטריעבען בייא זיין נעקראלאג. איך בין אויך גיזעסין אין דער גרויסער שטיב אין האבע איבערגענאממען אללע מאטעריאלען אין אונטערגעשריי בען קוייטונגען וואס איך האב איבערגינעמין דאס מאטעריאל אין ציואממענגינעמין דיא אפראנדעס פין אלערלייא מיני מאטעריאלען וואס מענשען האבין געשענקט וועגען דער בויא. איך האב קיינע רוהע געהאט בייא טאג אין בייא נאכט אין אהנע דער קליינסטען בעצאהלונג. צי דעם וואס העררן עם ראזענטהאל האט גיקאסט דאס פלאטץ 3500 פראנק האט ער צי זיינע 2 שטיבער גישענקט 6 טויזענד ציגעל. אין אנפאנג חודש מאי 80 האט מען אנגיפאני גען דיא בויא אין מען האט פובליצירט וויא געוועהנליך צים ערשטין שטיין לעגען אז מען זאל קימען אין מנדר זיין נאך זיין גיטען וויל־ לען. דער ערשטער שטיין איז גילעגט גיווארין בייא דיא 2 שטיבליך וואס גיהערין צי עמאנועל ראזענטהאל ז"ל נומער 1 אין 2, אויף דעם שטיבעל וואס שטעהט דער נומער 2 איז איינגעמויערט דער אנטיקליכער דאקומענט אונטער דעס פענסטער וואס שטעהט צי סטראדא ראמולוס, יום ראשון דען 11 טען מאי איז דארט צווישען דיא ערשטע 2 ציגעל פון דעם פונדאמענט אריינגילעגט גיווארין דאס דאקומענט וואס איז ניט מיט רעכט רעדיזשירט ווארדען, עס אין מיט איין גירויבטער פעדער געשריבען גיווארין וז"ל: ב"ה. היום ביום ראשון לשבוע בשלשה עשר יום לחודש סיון שנת חמשת אלפים ושש מאות וארבעים לבריאת עולם, הוא התיסדות אבן הראשון מהבתי מחסה לזקנים בעת שאנחנו חוסים תחת צל הנסיך קארל הראשון ורעיתו המלכה עליזאבעטה ויועציו אנשי חסד אשר בראשם האדון בראטיאן יועץ הראשון, והאדון קאריאדי פרימאר, והאדון ראדו מיכאי, פרעפעקט, כלם יעמדו על הברכה. ואלה שמות האנשים אשר בזיעת אפם לא נחו ולא שקטו עד שהוציאו מכח אל הפועל, והלכו בין אנשי רודפי חסד וצדקה וקבצו מעות וקנו את המישור ובונים בצדק את הבית הזה. ישלם