- 186
ציצישרייבען פאר וואס ער האט דאס אללעס אבגעטהון אהנע זיך מיט דיא איבריגע קאמיטעטסמיטגליעדער צו בעראטהען. דענן נאך מיין מיינונג וואלט בעדארפט דר. בלומענפעלד זאפארט וויא דר. שטערן האט איהם דיא אידעע אויפגיגעבין איין קאמיטעטזיטצונג צוזאממענרופען אין צי דער זיטצינג נאך איינלאדען א טהייל העררען פין דיא וואס דאס אזיל האט זייא ביז דאמאלס שוין פיעל געלד געקאסטעט, וויא דעם העררן עמאנועל ראזענטהאל וואס ער האט אויף דעס אזיל איבער 3500 פר. געגעבען, מאדאם ראזענצווייג וואס זיא האט דעם פעראיין בתי מחסה לזקנים“ 500 רענדליך געשענקט אין נאך אייניגע אנשטענדינע בעלי בתים אין זאל זייא גיוועהן דעם דר. שטערנס פראיעקט פארלעגען אין פערלאנגען דיא צושטיממונג פין דיא פערזאממעלטע העררען, געוויסס וואלט קיין איינציגער דאגעגען גיווען אין מען וואלט גיווען איין פראטשעס ווערבאל אויפגעזעצט אז בייא דער זיטצונג אין געגענווארט פין דעם גאנצען קאמיטעט צוזאממען מיט דיא אנדערע העררען אין בע־ שלאססען גיווארען אז דר. בלומענפעלד, דר. שטערן אין פיעלי לייכט אויך הערר עמאנועל ראזענטהאל זאללין בייא דער קעניגין אוידיענץ פערלאנגען אין איהר דיא ביטטע איבערגעבען אז זיא זאל
ערלויבען מען זאלל דאס אזיל אויף איהר נאמען אנרופען. דיעזע דעספאטישע אויפפיהרונג אבער האט פעראורזאכט וואס הערר עמאנועל ראזענטהאל האט אויס פערדרוסס זיך גענצליך צוֹ־ ריקגעצויגען פון דעם אזיל אין האט ביז אין זיין טויט פין זייא ניט גיוואלט וויססען. דאס אויל איז אבער שוין אזוי זיין וועג געגאנגען פארווערטס מיט זיינע נייע אויפפיהרוגגען מיט זיינע נייע סטאטוטען איג מיט דעם נייען זיעגעל,
עס איז ערנאננט גיווארין איין דאמענקאמיטעט וואס זייא האבין פארזעהין דאס אזיל מיט ווייסער וועט אזוי האב איך דיא אלטע מעננער אונד פרויען פארזעהין צוויימאהל אין דער וואך מיט ווייסע וועש אין אחוץ מיט שלאפהעמדער אויף בא נאכט. עס האט זיך בייא מיר ניט געטראפפען קיין איינציגער ער זאל פעראומרייניגט ווערין מיט כנים, איך האב דיא ריינליכקייט זייער שטארק געהיט. מיר האבין גיטאהן בייא דעם אזיל אללע מעגליכקייט אביא אייני צושפארען דיא דיענערשאפט נאר אין דיענסט האבין מיר גיהאל־