Druckschrift 
Seyfer zikhroynes̀ : oder, Biografishe beshraybung fin di alṭe layṭ ṿos zenin oyfgenemen geṿoren in Buḳaresṭer azil (bate maḥseh li-zeḳenim) fom yahre 1880 biz ende des yahres 1890 / me-et Yaʿaḳov Pesantir ; des seyfer werd ridikirṭ le-koved dem hisṭorishen farayn "Yulyus Barash" tsu Buḳareshṭספר זכרונות : אדער, ביאגראפישע בעשריבונג פין דיא אלטע לײט װאס זענין אױגענעמען געװארען אין בוקארעסטער אזיל (בתי מחסה לזקנים) פאם יאהרע 1880 ביז ענדע דעס יאהרעס 1890 / מאת יעקב פסנתר ; דאס ספר ווערד רידיקירט לכבוד דעס היסטארישען פעראיין "יוליאס באראש" צו בוקארעשט
Seite
185
Einzelbild herunterladen

- 185-

גענצליך פין דער אידעע אבגיזעססען. דיא זאכע איז אבער שוין גיוועהן פערברייטעט אין מעהרערע רומענישע בלעטטער. אז יודען וויללען איין אינסטיטוט בילדען צים אנדענקען פון דעם 10 מאי 81, איז שוין גיוועהן א בושה אז דער רעש זאל אווי מיט גאר נישט אבגעהן. דאהער איז דר. אראלף שטערן געקיממען אויף דער פארטרעפליכער אידעע, מען זאל דיא 9 שטיבלעך פון דעם , בתי מחסה לזקנים" וואס זענין גראד דאמאלס פערטיג געווארדען אין אייניגע אלטע לייט האבין שוין דארט געוואהנט, זאל מען דאס חנוכת הבית מאכען אם 10 מאי. דאצו האט זיך דר. שטערן אייני פערשטאנדען מיט דר. בלומענפעלד אין האבין בייא דער קעניגין אוידיענץ פערלאנגט אז זיא זאלל בעווולליגען מען זאל דאס איני סטיטוט נעננען אויף איהר נאמען צום אנדענקען פין דער קרענונג אין דיא קעניגין האט דאס בעווילליגט. אזוי איז דיא זאך דעמאלס צושטאנדע געקיממען אין דאס בתי מחסה לזקנים- פיהרט פין דעמאלס אן דעם נאמען עליזאבעטהעאול, אויל פענטרו בעטרין"). אויף דעם ארויף האט מען דעם ערשטען פעראיינסזיעגעל פער־ ניכטעט אין איין אנדערן געמאכט מיט דעם דאטום פין דעם 10 מאי 1881. דאס דאטום פין 1875 איז גענצליך אבגעווישט גע־ ווארען אין אויף דעם ארט פין בתי מחסה לזקנים" איז גראווירט גיווארין עליזאבעטהעאול, אזיל פענטרו בעטרין". אין דיא אסושי ביכער, סטאטוטען אין אנדערע דרוקסארטען וואס אנגעלאנגט דאס , בתי מחסה לזקנים" זענין פערניכטעט גיווארין אין אויף זייער ארט אין אללעס נייעס איינגעפיהרט ווארדען אז דאס אלטע זאל גאנץ פערגעססען ווערין.

אלזא וויא איך האב אויבען געזאגט איז דאס פון דעם דר, שטערן איינע טרעפפליכע אידעע גיוועהן, דענן דערמיט האט מען אגרויסע שאנדע העראבגענעהמען פון דער בוקארעשטער יודישער געמיינדע אבער דעם דר בלומענפעלד אין איין אונפערצייהליכער פעהלער

') איבער דער אוידיענץ וואס דוא צווייא העררען דאקטארען האבין גיהאט בייא דער קע­ביגין אין דעם ענפער וואס מען האט זייא גיגעבען איז צו לעזען אין דער פראטערניטאטעא* נומער 20 פין דעם 22 מאי 81. אויך איבער דיא מאניפעסאציאנען וואס יודען האבין געמאכט צו דער קרענונג צו עהרען פון דעם קעניג אין דער קעניגין וויא מען איז געגאנגען מיט טייערע הופות אין מיט מוזיק צום פאלאט איז צי לעזען אין דער פראטערניטאטעאי וויא אויך אין אני

דערע רומענישע בלעטטער וואס זענין ערשיענען פין מאנאט מערץ בין נאך מאי 1881.