- 184- -184
דיא טאבלויען וואס זענין אין גאנץ רומעניען פערקויפט גיווארען דיא טאבלויען זענין קונסטפאלל ליטאגראפירט. דער טאבלוי איז גיארביט פין דעם בעריהמטען ליטאגראף הערר איליע גראססיאנו איין שפאניאלישער יוד. דיא גאנצע געשיכטע פון דעם סימבאלישען וואגען האט געקאסטעט אפראקסימאטיוו דרייסיגטויזענד פר. אויך בייא דערזעלבען פערזאממלונג וואס מען האט אפגעהאלטען וועגען דעם סימבאלישען וואגען אין אויך פראיעקטירט גיווארין אז דאס יודענטהום פין רומעניען זאל איינע טויבשטוממען־שׁולע גרינ־ דען אין בוקארעסט צום אנדענקען אן דער קרענונג דעס קעניגס קארל, האט מען איינגעזעהען אז וועגען זא איין אינסטיטוט מיז מען איין קאפיטאל פין 200,000 פראנק ציזאממענשטעללען, אזוי האט מען בעשלאססען פין דער מאלדויא דיא העלפט צוזאממעני ציברענגען אין דיא אנדערע העלפט פין מונטעניא. צי דעם צוועק איז געוועהלט גיווארען הערר עמאנועל ראזענטהאל, ער זאל דאס געלד הערביישאפפען אויס דער מאלדו, אין הערר ראזענטהאל ארויסגעפאהרען אויף זיינע אייגענע שפעזען קיין יאססי אין האט פעראנשטאלטעט א צוזאממענקונפט בייא העררן ניישאטץ. דאס רעזולטאט פין דער צוזאממענקונפט איז גיוועהן מען האט פין דארט זיך פערשריעבען אויף 100,000 פר. צי געבען ווען מען וועט זייא דארפען. וויא הערר ראזענטהאל איז אהיים געקיממען מיט דעם רעזולטאט פין דער מאלדו, האט מען אנגעהויבען זיך פערצייכנען אויך פין דאנין וועגען דיא אנדערע 100.000 פר. פין מאנטעניע. האבען דיא שפאניאלען גאר נישט געוואלט מיטשטייערן. אבוואהל זייא זענין דיא גרעסטע גבירים, אויסער חלפן וואס האט זיך גע־ צייכענט 5000 פר. אין פין דיא פוילישע האבען געצייכענט עט. ראזענטהאל 2000 הערמאן הארינשטיין 500, מארמאראש עט בלאנק 500, צענטלער עט זאהן 200, גוטמאן עט ב. וויזנער 150 אין גוטמאן עט בערנפעלד 200*). אין אזוי איז שווער גיווען דיא נעטהיגע סוממע ציזאממענצוברענגען אין דער פראיעקט איז גע־ פאללען. איין נייעס פראיעקט אויפצושטעללען אין עטוואס אנדער רעס צי שאפפען איז שוין דיא צייט צו קורץ געוועזען, איז מען
*) דיא נאטיצען האט מיר איבערגעגעבען המנוה מוהר"ר מנחם מענדיל ראזענטהאל אים
יענער 1887.