Druckschrift 
Seyfer zikhroynes̀ : oder, Biografishe beshraybung fin di alṭe layṭ ṿos zenin oyfgenemen geṿoren in Buḳaresṭer azil (bate maḥseh li-zeḳenim) fom yahre 1880 biz ende des yahres 1890 / me-et Yaʿaḳov Pesantir ; des seyfer werd ridikirṭ le-koved dem hisṭorishen farayn "Yulyus Barash" tsu Buḳareshṭספר זכרונות : אדער, ביאגראפישע בעשריבונג פין דיא אלטע לײט װאס זענין אױגענעמען געװארען אין בוקארעסטער אזיל (בתי מחסה לזקנים) פאם יאהרע 1880 ביז ענדע דעס יאהרעס 1890 / מאת יעקב פסנתר ; דאס ספר ווערד רידיקירט לכבוד דעס היסטארישען פעראיין "יוליאס באראש" צו בוקארעשט
Seite
188
Einzelbild herunterladen

- 188­

מעבעל, איך האב קיין מענש גיפרעגט אין האב פארנעמין ראס מעבעל אין האב עס געבראכט אין אונזער אזיל. עטליכע אין פערציג שטרויבענקליך אין טישלעך 1 פרעזידענטענשטוהל מיט איין פיניף־ רעהריגען בראנולייכטער אין דיא שטיהל מיט דעם לייכטער האט גיגעבין דער מעבעלהענדלער ה' בערקאוויטש אין ציון אריין אין ווייל איך האב קיינעם ניט גיפרעגט אין האב דאס מעבעל איכער­געפיהרט אין אזיל, האט מען מיר א פראטשעס געמאכט אין ציון אין מען האט מיך פעראורטהיילט אז מען זאלל מיר ניט אומקעה־ רען דיא הוצאות פאר דעם איבערפיהרען אין נאר דאס שיפיניריל אלליין מיז איך אויף מיינע שפעזען צוריקפיהרען אין באראשעאום אריין אין דארט שטעהט עס ביז אין היינטיגען טאג, אין דיא אללע זאכען זענין געבליעבען אין אזיל אין אויף דער שטיהל זיצט דער מלך מיט זיינע מיניסטארען אין מען משפט מיך. 1882, דאס פלאטץ צי סטר. ראמולוס נומער 30 וואס דער גאטטזעליגער ראזענטהאל האט ציגעקויפט, דאס צווייטע דערפין מיט נומער 28 האט גיהערט צי איין אלטער ארמער פריצע און זיא האט דאס גיוואלט פארקויפען אזוי האט איינער פין דעם קאי מיטעט, ר' שלמה לייזער פולווער פארגיגעבין אז מען זאלל דאס שטיק פלאטץ אבקויפען כדי צי פארגרעסערן דאס אזיל, ווייל דיא גימויערטע וואנד וואס ציטהיילט דיא 2 פלעטצע איז אויף צווייא ציגעל דיא גרעב אין 34 מעטער דיא לענג, זיא איז גילעצט פין איין ארכיטעקט אויף 3000 פי, דיא אויפגאבע איז טאקע גיפעלין דעם גאנצען קאמיטעט עס איז אבער קיין געלד גיוועהין אין דער קאססע איז דיא לאסט גיפאללען אויף 3 מעננער דר. בלומענפעלד וואלף מיכאלאוויטש אין שלמה לייזער פולווער זייא זאללין אויס־ רייהען צו 600 פר. יעדער אהנע פראצענטע אין מען זאלל דאס פלאטץ קויפען אין שפעטער וועט מען דאס געלד אויסצאהלען, דער שלמה לייזער האט דאס געמיינט גאנץ ערנסט האט ער צי זיך צינעצויגען ר' אברהם משה ער זאל האבין נאך א שיתוף פין דעם קאמיטעט אין דער שלמה לייזער האט גיקויפט דאס שעהנע שטיק פלאטץ בייא דער פריצע פיר 5350 פר. אין האט פין זיינער טאשע גיגעבין 5 הונדערט פר. איין אדרויף. דיא גרעסע פין דעם פלאטץ איז גיוועהין 31 מעטער דיא ברייט פאצע צי דער גאס