Druckschrift 
Seyfer zikhroynes̀ : oder, Biografishe beshraybung fin di alṭe layṭ ṿos zenin oyfgenemen geṿoren in Buḳaresṭer azil (bate maḥseh li-zeḳenim) fom yahre 1880 biz ende des yahres 1890 / me-et Yaʿaḳov Pesantir ; des seyfer werd ridikirṭ le-koved dem hisṭorishen farayn "Yulyus Barash" tsu Buḳareshṭספר זכרונות : אדער, ביאגראפישע בעשריבונג פין דיא אלטע לײט װאס זענין אױגענעמען געװארען אין בוקארעסטער אזיל (בתי מחסה לזקנים) פאם יאהרע 1880 ביז ענדע דעס יאהרעס 1890 / מאת יעקב פסנתר ; דאס ספר ווערד רידיקירט לכבוד דעס היסטארישען פעראיין "יוליאס באראש" צו בוקארעשט
Seite
189
Einzelbild herunterladen

189­

ראמולוס אין 50 מעטער דיא טיעף אריין אינווייניג, ביז עס האט ייך פעראייניגט מיט דעם ערשטען פלאטץ פין סטראדא קאטיטע. קיין הייזער איז דארויף ניט גיוועהן נאר איין גירעכטער וואלד פין אללערליי פרוכטען מיט שעהן גראז איין פערגניגען עס אנצוזעהין. וויא שלמה לייזער האט דאס קויפען פין דעם פלאץ מיטגעטיילט זיינע קאלעגען וואלף מיכאלאוויטש אין דר. ב. האבין זייא איהם באלד גיענפערט מיט א בשורה טובה מיר דארפען קיין פלאטץ מיר האבין קיין געלד צי בעצאהלען. האט שלמה לייזער געזאגט, וויא אין אייער ווארט, איהר האט אייך אבליגירט אז איהר וועט אויס־ לייהען צי 600 פר. אמענט אהנע פערצנעט, האט מיכאלאוויטש געזאגט מיר געבען ניט א פארע מיר ווילען זעהין וואס דיא קבצנים וועלין טיהן אהנע אונז, עס איז אוועקגעגאנגען טעג אין וואכין אין דיא 2 דיספאטען וואלף עט דר. האבין ניט גיוואלט באין אופן מיטשטיממען אז מען זאל בעצאהלען דאס פלאטץ. איך בין גיווען דארט אלס שכן מיט דער פריצע אין אזילפאטער פלעג זיא צי מיר קימען אין מיך ניט לאזען ריהען אין בעטין איך זאל זעהין אז מען זאל מיט איהר ענדיגען ווען ניט וועט זיא דאס פלאטץ פערקויפען איין אנדערן אין דאס געלד וואס שלמה לייזער האט גיגעבין וועט פערלוירען געהן, אין אז איך בין גילאפין צי וואלף מים. אין האב איהם ערצעהלט אן דיא פריצע ווילל פערקויפען דעם פלאטץ אין אנדערן אין דער אררויף 500 פר, ווערט פערפאללען האט ער זיך באלד גידעקט מיט זיין תירוץ לאמיר זעהין וואס דיא קבצנים ווע־ לין טיהן אהנע אונז. וויא שלמה לייזער האט גיזעהין אז עם איז אוועקגעגאנגען איין צייט אין זיינע 500 פראנק ווערין פֿערלוירען האט ער ציזאמענגעריפען דיא אלע מעמברע דע וועטש אין האט פין זייא פערלאנגט אז יעדער זאל אויסלייהען צי הונדערט אדער 200 פר. אהנע פערצעיט אין שפעטער וועט דאס אויסגעצאהלט ווערין, אויף אזוי איינע ארט האט שלמה לייזער ציזאממענגינעמין געלד אין האט בעצאהלט דאס פלאטץ אין זיינע 500 פר. וואס ער האט גיגעבין איין אדרויף איז געבליבען שטעהן ערשט אין אייר ניגע יאהר שפעטער האט מען איהם ציביסלעך אויסגעצאהלט. לואיס הירשׁ האט גיגעבען 200 פר. פיר זיין פעטער אברהם משה אז מען זאל איהם איינשרייבען מעמברא דע וועטש ווייל ער האט