Druckschrift 
Seyfer zikhroynes̀ : oder, Biografishe beshraybung fin di alṭe layṭ ṿos zenin oyfgenemen geṿoren in Buḳaresṭer azil (bate maḥseh li-zeḳenim) fom yahre 1880 biz ende des yahres 1890 / me-et Yaʿaḳov Pesantir ; des seyfer werd ridikirṭ le-koved dem hisṭorishen farayn "Yulyus Barash" tsu Buḳareshṭספר זכרונות : אדער, ביאגראפישע בעשריבונג פין דיא אלטע לײט װאס זענין אױגענעמען געװארען אין בוקארעסטער אזיל (בתי מחסה לזקנים) פאם יאהרע 1880 ביז ענדע דעס יאהרעס 1890 / מאת יעקב פסנתר ; דאס ספר ווערד רידיקירט לכבוד דעס היסטארישען פעראיין "יוליאס באראש" צו בוקארעשט
Seite
190
Einzelbild herunterladen

ניט איינגעצאהלט אין פעראיין קיין קרייצער ער איז תמיד גיוועהן איין קלעריקאלער קאזאק וואס ער צאהלט ניט קיין שטייער אבער פין דעמאלס אן איז ער גיווארין מעמברו דע וועטש גלייך מיט דיא

נגידים צי שטעהן גראווירט אויף דעם מארמארשטיין. מעמברא דע וועטש הייסט איין אייביג מיטגליה איין מיטגליעד פין אונזער פעראיין בתי מחסה לזקנים" צאהלט 1 פראנק מאי נאטליך איז 12 פר. איאהר, אז איינער גיבט 150 אדער 200 פר. מיט אמאהל דער הייסט איין עוויג מיטגליעד, דער דארף שׁוֹין מעהר ניט איינצאהלען. דיא פראצענטע פון זיין סומע וואס ער האט גיגעבין ווערט גיצאהלט דיא 12 פר. יעהרליך אין פין דיא געל־ דער האט מען גיקויפט דיא הייזער אין 2 גרויסע מארמארשטיינער האט מען איינגעמויערט אין דער וואנד פין דער סאלע אין אויף דיא שטיינער זענין איינגראווירט דיא נאמען פון דיא עוויגע מיטי גליעדער איערער וויא פיעל ער האט מנדר גיווען. דער ערשטער שטיין איז דיא גרעסע 2 מעטער דיא לענג 1 מעטער מיט 10 סענטימעטער דיא ברייט, 2 סענטימעטער דיא גרעב. אין ערשטין שטיין זענען גראווירט דיא ווערטער אין רומענישער שפראכע:

Numele membrilor de veci al căror capital vărsat rěmăne

.1881 neatins in vecl, s'a inceput la Mai בלשון הקודש: לזכרון מאנשי חסד שנדבו מעות להיות חבר עולמית לבתי מחסה לזקנים, נאך דיא ווערטער זענין גראווירט דיא נעהמין פין אללע מתנדבים איעדער וויא פיעל ער האט גיגעבין. דער שטיין איז איינד געמויערט גיווארין אם 11 דעצעמבער 1886. דער צווייטער שטיין האט 2 מעטער מיט 17 סענט מעטער דיא לענג אין 1 מעטער מיט 26 סענטימעטער דיא ברייט אין 2 סענטימעטער דיא גרעב. דער האט אויך דיא אייגענע אינסקריפציאן וויא דער ערשטער, דער איז איינגעמויערט גיווארען דען 4 מאי 1889, אויף דעם שטיין

איז דא 12 נאמען צי 200 פר, אין 8 נאמען צי 150 פר. דעם ר' שלמה לייזער פולווער האבען מיר פיעל צי פערדאנקין חאטש ער שטעהט ניט אין דער פונקציע פון דיא גרויסע נגידים. ער האט אבער ווירקליך פיעל געטאהן פיר אונזער אזיל, ער איז א קליידערהענדלער דורך זיין האנדעל איז ער גיווען בעקאנט מיט דער גאטזעליגער פרוי טעמע צענטלער האט ער זיא ציגעבראכט