Druckschrift 
Seyfer zikhroynes̀ : oder, Biografishe beshraybung fin di alṭe layṭ ṿos zenin oyfgenemen geṿoren in Buḳaresṭer azil (bate maḥseh li-zeḳenim) fom yahre 1880 biz ende des yahres 1890 / me-et Yaʿaḳov Pesantir ; des seyfer werd ridikirṭ le-koved dem hisṭorishen farayn "Yulyus Barash" tsu Buḳareshṭספר זכרונות : אדער, ביאגראפישע בעשריבונג פין דיא אלטע לײט װאס זענין אױגענעמען געװארען אין בוקארעסטער אזיל (בתי מחסה לזקנים) פאם יאהרע 1880 ביז ענדע דעס יאהרעס 1890 / מאת יעקב פסנתר ; דאס ספר ווערד רידיקירט לכבוד דעס היסטארישען פעראיין "יוליאס באראש" צו בוקארעשט
Seite
191
Einzelbild herunterladen

191-

אז זיא זאל בויען 2 שטיבער אין איין שיהל אויף דעם פלאטץ פין אונזער אזיל. דיא 2 שטיבלעך פיהרען דעם נאמען פון איהר מאנן ר' אברהם הירש צענטלער אין דיא שיהל פיהרט דעם נאמען פין איהר פעטער ר' עזריאל באט, דאס טעמפעל איז גיבויעט גיווארין אים יאהרע 81 אים 20 מערץ. אין דעם יאהר אין דער ערשטער שטיין פיר דעם פונדאמענט גילעגט גיווארין אין אגאנצען זיממער איז דערביי גיארבייט גיווארין אין בין ימים טובים איז דאס פערטיג גיווארין אין מיר האבין דרינען גידאווינט אין נאך ימים טובים אני פאנג דעס יאהרעס 83 אין דער שטיין מיט דער אינסקריפציאן איבער דער טיהר פין דעם טעמפעל ארויפגעשטעללט גיווארין מיט דעם דאטום פין יאהר 83. דאס טעמפעל האט 6 ספרי תורות איין אנטיקלעך ספר תורה איז דא וואס איז געשריבען פין הגאון הגדול בעל חוות יאיר ז"ל דאס איז אלט 183 יאהר דאס ספר תורה האט דאס ערשטע מענטעלע מיט זיין דאטום וואס אין דא־ מאלס אויסגיהעפט גיווארין, עס איז שוין ציהאקט נאר דיא אותיות זעהין זיך אן זעהר גוט. דיא שיהל ברענגט איין אללע יאהר דעם אזיל 5 ביז 6 הונדערט פר, אין פין דיא צענטלערס יאהרצייטען איז אויך דא איבער דיא 300 פר. אללע יאהר דאס האט אלץ דער שלמה לייזער פולווער איינגעבראכט דעם אזיר. מיר האבען פיעל צי דאנקען דעם מענשען פיר זיין מיה. אין שטאטט דיא 2 דיספאטען זאללין איהם אויף דער פאר דאנקען האבין זייא איהם נאך גיקוועהלט אין האבען גיזאגט וואס וועלין טיהן דיא קבצנים אן אונז אין צים סוף זענין זיינע 500 פראנק גילעגין יאהרען ווייזע אין מען האט זייא איהם ניט גיוואלט בעצאהלען, ניט מען דער־ מאנט ערגיץ אין דיא יאהרבילאנצען זיין ארבייט כדי דיא גאנצע גלאריע זאל אויף זייא פאללען.

אין קורצען מיר האבין ציגיזעהן וויא דיא 2 אריסטאקראטען זיכען אלס צו פערדונקלען. אין איין צייט האבין מיר גיזאגט פאר וואס מאכען מיר ניט א פנקס אן עס זאל דרינען פארטראגען ווע­רין דיא גרינדונג דעס פֿעראיינס, האבען זייא מיר גיענפערט מיר ווייסען ניט ווער דיא גרינדער זענין, גלייכט אייך אויס מיט אברהם משה. מיר איז דאס זייער קוריאן פארגעקיממען איך האב גיזעהין אז מיין גאנצע מיה וואס איך ארבייט בחנם אין כסף ווערט פערלוי־