Druckschrift 
Seyfer zikhroynes̀ : oder, Biografishe beshraybung fin di alṭe layṭ ṿos zenin oyfgenemen geṿoren in Buḳaresṭer azil (bate maḥseh li-zeḳenim) fom yahre 1880 biz ende des yahres 1890 / me-et Yaʿaḳov Pesantir ; des seyfer werd ridikirṭ le-koved dem hisṭorishen farayn "Yulyus Barash" tsu Buḳareshṭספר זכרונות : אדער, ביאגראפישע בעשריבונג פין דיא אלטע לײט װאס זענין אױגענעמען געװארען אין בוקארעסטער אזיל (בתי מחסה לזקנים) פאם יאהרע 1880 ביז ענדע דעס יאהרעס 1890 / מאת יעקב פסנתר ; דאס ספר ווערד רידיקירט לכבוד דעס היסטארישען פעראיין "יוליאס באראש" צו בוקארעשט
Seite
192
Einzelbild herunterladen

192­

רען האב איך גיווארט ביז צו דעם גרינדונגסטאג פין 5 יולי. דא־ מאלס אים יאהרע 82 אין גיוועהן דער 5 יולי אים מאנטאג האב איך צזיזאממען גיריפֿען מיינע גרינדער פריהער מיט 2 טאג אויף שׂבת פרשת מטות צי ר' אנשיל ריינשטיין אין האב זייא פארגע־ לעגט דיא שעהנע בעהאנדלונג פון דיא 2 דעספאטען. אזוי האבין וויר בעשלאססען אן אונזערע באנקעטען וואס מיר וועלין מאכען אללע יאהר צום גרינדונגסטאג דעס פעראיינס בתי מחסה לזקנים זאל ניט אבלויפען שטילערהייט זאנדערן זייא מיזען אללע יאהר פובליצירט ווערין אין דיא בלעטטער דאמיט דיא געשיכטע זאלל ניט פערגעססען ווערין. ווען איין פנקס וועט אמאל געשריבען ווע־ רען זאל מען וויססען דעם אורשפרונג פין דער געשיכטע אין ווען דער גרינדונגסטאג איז גיוועהן אין ווער דיא גרינדער זענין גיוועהן. אין דער פנקס וואס וועט געשריבען ווערין אהנע אונזער געשיכטע דער ווערט פיר נול גירעכינט פגול הוא לא ירצא דער פנקס אין אסור מן התורה קיין יוד טאהר אין איהם ניט ליינען קיין ווארט. ווייל ער איז עובר אויף דיא רייך פון אונזערע חכמים האומר דבר בשם אומרו מביא גאולה לעולם. מען טאהר ניט יענימס פעלץ אויף זיך ארויף ציהען.

שבת אויף דער נאכט נאך דעם אונטערהאלט האבין מיר צור זאממענגעווארפען א נדבה 18 פראנק פיר דעם אױל אין מיר האבן דאס געלד איבערגעשיקט דעם קאססירער ר' וואלף מיכאל. מיט א צעטעלע ער זאל דאס פובליצירען אין יאהרעסראפארט, אין מיר האבין באלד איין ארטיקעל געשריבען אין היועץ נומער 425 פין

7 יולי 1882 אין דאס זעלבע ארטיקעל אין אפאראטארול". מיינט איהר אפשר ליעבע לעזער אז מען האט עפיס דערמאנט איין נאמען אין דעם יאהרעסראפארט פין וואנין דיא 18 פראנק קיממען צים קאססירער חס ושלום מען האט גאר קיין נאמען דער מאנט מען האט נאר געשטעללט אזוי מיט דעם לשון: De .la_6_membrii_rezultat de la un banchet 18 lef אין אז מיר האבען גיפרעגט דעם קאססירער ר' וואלף מיכאלאוויטש פאר וואס ער האט ניט געשריעבען ווער דיא 6 מעמבריס זענין וואס זייא האבין גיגעבין דיא 18 פראנק. האט ער גיענפערט מיר ווילען ניט וויססען ווער דיא גרינדער זענין גיוועהן, גלייכט אייך אויס מיט ר,