-193
אברהם משהן. איז דאס ניט א שעהנער ענפער? קריגען העלפט ניט אדער מען דארף נוט, מיר האבין ווייטער גיארביט צוזאממען איך אלס אזילפאטער אין פארזארגער פין דעם הוין אין ויימש אין שיהל אין דיא אללע דיענסטען זענין גיוועהן אהנע א מינדעסטע ליאפע. איך האב פערזארגט דיא אלטע מענשען אזוי וויא מיינע קינדער אין ר' ליב יאנאוויטש אין קאמיטעט, אז ער האט עטוואס
געמאכט איינע פראגע איז ער געבליבען אין דער מינאריטעט אנשיל ריינשטיין איז גיוועהן גאר אבגיטרענט פין אונזער אזיל ער האט ניט אמאהל ציגישטעקט אין אויך ניט איינגעצאהלט נאר צי דיא באנקעטען וואס מיר פלעגען מאכען אללע יאהר פלע. איך איהם צישלעפען פלעג ער פארצערין אפאר פראנק. אין דעם יאהר 82 האט מען גיעפינט דיא קיכע פאר דיא זקנים אין אויל ביז היינט. איעדער בעקימט אללע טאג א האלבע קילא ברויט אין צי מיטאג איינע פארציאן זופע מיט פלייש אין אייניגע מאל באקימען זייא טשייא אין צוקער אויך. 1883, ווען מיר האבין זייא אריינגעשיקט דיא 18 פראנק האבין מיר אויך בייגעלעגט איין בריעף אין מיר האבין גיבעטין אז זייא זאללען דעם גריגדונגסטאן אין ראפארט פין יאהר 82 ערוועהנען אין מיר זאללין פעראייניגט זיין וויא אמתה ברידער דאס אללע יאהר זאללען מיר זיך אלע צוזאממען פרייען מיט דיא זקנים וואס וועלין זיך געפינען אין אזיל. ר' וואלף מיכאלאוויטש האט דאס פאפיער מיט דיא 18 פראנק ציגינעמין אין האט אין ראפארט ניט דערמאנט א ווארט פין דעם וואס מיר האבין זייא געשריבען, אזוי וויא איך האב איבערגעוויזען, מיר האבין גימיינט אז זייא וועלין דיא פראפונערע מיט פערגניגען אננעהמען אין וועלין אין ראפאיט פין יאהר 82 פובליצירין, אבער אז דער ראפארט איז ערשט ארויס אין חודש מערץ 83 אין מיר האבין דערזעהין דעם שקאנדאלישען שווינדעל וואס זייא האבין געמאכט מיט דעם ראפארט האט עס אונז זייער שטארק אינטערעססירט. איז דענן דאס ניט צום בע־ דויערן אז אמענט ארבייט אזוי ביטער פיר זיין גלאריע קימט איין אנדערער אין נעמט עס בייא איהם צו, איך האב מיר דיא שענסטע אין דיא בעסטע פין מיינע אלטע יאהרען געאפפערט פאר בתי מחסה לזקנים פאר וואס? ניט פאר געלד, נאר פאר שם טוב
13