Druckschrift 
Seyfer zikhroynes̀ : oder, Biografishe beshraybung fin di alṭe layṭ ṿos zenin oyfgenemen geṿoren in Buḳaresṭer azil (bate maḥseh li-zeḳenim) fom yahre 1880 biz ende des yahres 1890 / me-et Yaʿaḳov Pesantir ; des seyfer werd ridikirṭ le-koved dem hisṭorishen farayn "Yulyus Barash" tsu Buḳareshṭספר זכרונות : אדער, ביאגראפישע בעשריבונג פין דיא אלטע לײט װאס זענין אױגענעמען געװארען אין בוקארעסטער אזיל (בתי מחסה לזקנים) פאם יאהרע 1880 ביז ענדע דעס יאהרעס 1890 / מאת יעקב פסנתר ; דאס ספר ווערד רידיקירט לכבוד דעס היסטארישען פעראיין "יוליאס באראש" צו בוקארעשט
Seite
199
Einzelbild herunterladen

199­

אדאלף גאסטער דעם פרעזידענט דר. בלומענפעלד אפיציעל אין געגענווארט דער גאנצער פערזאממלונג גיפֿרעגט, פאר וואס נעמט קיין ענדע מיט דער פראגע פון דיא גרינדער אונזערעס פעראיינס , בתי מחסה לזקנים"? האט איהם דר, בלומענפעלד גיענפערט, - ווייל מיר ווייסען ניט ווער דיא גרינדער זענין, דאס הייסט מיר וויי־ סען ניט ווער דער ערשטער איז אין ווער דער צווייטער איז ווייל ר' אברהם משה זאגט אז ער איז דער ערשטער אין ריינשטיין זאגט אן ער איז דער ערשטער אין מיר ווייסען אויך ניט צי עס איז דא סך הכל 10 גרינדער אזוי וויא דיא גרינדער וויללען בע־ הויפטען, מיר האבין שוין פאריגעס יאהר איינע קאמיססיאן צי דעמ־ זעלבען צוועק ערנאננט, האט אבער דיעזע ניכטס געמאכט אין מיר האבין בעשלאססען איינע אנדערע קאמיססיאן צו ערנעננען. דיא גענעראלפערזאממלונג פין היינט ערנעננט אייך אלס פרעזידענט פין דער קאמיססיאן מיט דעם רעכט אז איהר זאלט אייך ציזיכען נאך 2 מעננער צי אייך אין איהר זאלט אונז א ראפארט געבען איבער דער קעסטיאן פין דיא גרינדער דעס אוילס, הערר אדאלף גאסטער האט דאס אנענאממען אין דיא גענעראלפערזאממלונג האט דאס בעשטעטיגט, הערר א. גאסטער האט פערלאנגט אז מען זאל אין פראטשעס ווערבאל אנשרייבען אז ער איז געוועהלט אלס פרעזידענט פין דער קאמיססיאן מיט דעם רעכט אז ער זאל זיך אליין נאך 2 מעננער ציקלויבען וועלכע איהם וועט גיפעלין. אין דאנן זאלל מען איהם איין אדרעסע אפיציעל פין דער גענעראל־ פערזאממלונג צישיקען וועט ער זיך באלד נעמין צי דער ארבייט אין דיא געשיכטע וועט אראנזשירט זיין. דער פרעזידענט האט דאס דעם ה' א. גאסטער פערשפראכען צו טיהן, אין ה' גאסטער ווארט נאך אויף דער אדרעסע בין אין היינטיגען טאג! נא פערשטעהט זיך אן הערר א, גאסטער האט ניט גיקאנט לאזען פין זיך חוזק מאכען אין דארום האט ער גאר ניט געטוהן- הערר יאנאוויטש וועלכער האט קיינמאל ניט אויסגיפעהלט צי זיין איין מיטגליעד אין קאמיטעט האט בייא יעדער זיטצונג אלס גיפרעגט פאר וואס מען שיקט ניט צי דעם ה' גאסטער דיא אדרעסע ווייל אהנע דעם ווילל ער ניט איינגעהען אין דער קעסטיאן. דיא ראשי הקהל האט אבער עפיס דער הערר גאסטער ניט גישמעקט, האבין זייא זיך ניט

-