Druckschrift 
Seyfer zikhroynes̀ : oder, Biografishe beshraybung fin di alṭe layṭ ṿos zenin oyfgenemen geṿoren in Buḳaresṭer azil (bate maḥseh li-zeḳenim) fom yahre 1880 biz ende des yahres 1890 / me-et Yaʿaḳov Pesantir ; des seyfer werd ridikirṭ le-koved dem hisṭorishen farayn "Yulyus Barash" tsu Buḳareshṭספר זכרונות : אדער, ביאגראפישע בעשריבונג פין דיא אלטע לײט װאס זענין אױגענעמען געװארען אין בוקארעסטער אזיל (בתי מחסה לזקנים) פאם יאהרע 1880 ביז ענדע דעס יאהרעס 1890 / מאת יעקב פסנתר ; דאס ספר ווערד רידיקירט לכבוד דעס היסטארישען פעראיין "יוליאס באראש" צו בוקארעשט
Seite
198
Einzelbild herunterladen

- 198­

גרינדונג דעם פעראיינס, האבין זייא געפינען איין מיטטעל, זייא ווע־ לין איינע קאמיססיאן וועהלען פין זייער זייט אין דיא קאמיססיאן וועט שוין זיכען איין וועג אפציווישען דיא גרינדער. אים מאנאט יולי 85 האט מען בייא איינער זיטצונג גיוועהלט איינע קאמיסיאן פין 3 מענשען דיא העררען ג. ברייער, מיכאלאוויטש אין א. שלו־ מאוויטש אין זייא זאלין ברענגין איין ראפארט ווער דיא גרינדער זענין. דען 30 נאוועמבער 85 צי דער זיטצונג האבין זייא איין רא־ פארט געבראכט אין ר' גדליה ברייער אלס ראפארטער זאגט אזוי:- דיא קאמיססיאן אנערקענט ניט קיינע 10 גרינדער זאנדערן 3 אין נישט מעהר ר' אברהם משה איזראלאוויטש אין דער ערשטער גרינדער ר' אנשיל ריינשטיין איז דער צווייטער אין ר' ליב יאנאי וויטש איז דער דריטער. הערר איזראלאוויטש איז שוין אלס ערש־ טער גרינדער אנערקאנט ווייל ער איז שוין מעמברו דע וועטשׁ, אבער דער צווייטער אין דריטער וועלין ערשט דעמאלס אלס ערשטע גרינדער אנערקענט זיין ווען זייא וועלין אויך מינימום יעדער צו 159 פראנק איינצאהלען אלס מעמברע דע וועטש, ה' יאנאוויטש האט באלד פראטעסטירט געגען דעם בעשלוס פין דער קאמיסיאן אין האט איבערצייגט אז זייא האבען פארטייאיש אדער בעססער געזאגט דעספאטיש געמשפט, אשא ווראי אשא פאק. צום בעווייז אז דיא קאמיססיאן איז נישט עהרליך צו ווערקע געגאנגען, האט הערר יאנאוויטש גיפרעגט וויא אזוי האט דיא קאמיססיאן גיקענט משפטן אין דעם ווערדיקט ארויסגעבין אהנע זייא זאללין צוערשט אויסהערין דיא טענות פין דיא בעלי דינים??? פאר וואס האבען זייא אונז אין דער גאנצער צייט אפילו נישט איינמאהל געריפען אום זייא זאללין הערען אונזערע טענות? נא ווער וועט קענין זאגין אז דער ווערדיקט פין דער קאמיססיאן איז אונפארטייאיש אין נישט דעספאטיש?? קורץ דער דר. בלומענפעלד האט דעם פראטעסט דעס ה' יאנאוויטש אנגעגאממען אין האט ערקלערט דעם ווער־ דיקט פין דער קאמיססיאן אלס נול אין מען האט בעשלאססען איין אנדערע קאמיססיאן צו ערנעננען וועגען דער אפערע. אבער שוין ניט פין דער מיטטע דעס קאמיטעס זאנדערן גאנץ פרעמדע, אם 4 מאי 1886 האט שטאטגעפונדען איינע גענעראלפערזאמ־ לונג אין בתי מחסה לזקנים", בייא דיעזער געלעגענהייט האט ה'