איז געגאנגען קיין ארם נהרים( מעזאפאטאמיען) ער זאלל ברענגען איין כלה פאר זיין העררנ'ס זיהן יצחק, איז ער ניט געגאנגען מיט לעדיגע הענד, ער האט מיטגעפיהרט צעהן קאמעעלע געלאדען מיט כל טוב אין שענסטע אבנים טובות מיט טייערן שמוק וואס דאמאלס האט עקסיסטירט אין יענע לענדער, אין ער האט געהאט מעהרערע דיענער וואס זייא האבען באדיענט זיינע קאמעעלע אין ער איז געוועהען הערר איבער זייא, דאס האט געהייסען זיין סואיטע אין אז ער איז געקימען אין דער געגענד נאהנט פין דער שטאדט ארם נהרים אין האט געטראפען דאס שעהנע טייערע מעדעל אויף דעם פעלד בייא דעם ברונען פין וואסער אין נאך זיינע סימנים וואס ער האט זיך פארגעשטעללט, האט ער זיא דערקענט אז דאס איז טאקע דיא רעכטע כלה וואס ער זיכט זיא האט ער איהר שוין באלד געגעבען דיא כלה מתנות אין גאלדענער נאזרינג דיא וואג פין איין שקל, צווייא גאלדענע ברעצארין, אין דער וואג פין 10 שקלים אין אז איהר ברידער לבן אין איהם אקעגען געלויפען אין האט דערזעהען אזא רייכטהום, 10 געלאדענע קאמעעלע אין דיא גאלדענע בראצארען אויף איהרע הענד אין האט געזעהען וויא אליעזר שאפט דא אויף דיא אללע דיענערשאפט פין דיא קאמעע־ לען. האט ער געמיינט אז דאס איז טאקע דער פעטער אברהם אלליין, האט ער איהם שוין אהיים געפיהרט אין האט פיר דיא קאמעעלע געגעבען הייא אין האבער אין באלד געשטעללט איין טיש פיר איהם אין פיר זיינע מענשען אין איהם באלד דערלאנגט וואסער אבציוואשען דיא פיס נאך דעא אזיאטישער זיטטע. וויא דער אליעזר האט געזעהען דיא גרויסע אויפנאהמע מיט דעם גרוי־ סען כבוד וואס מען גיט איהם אב האט ער פארשטאנין אז מען האט זיך אויף איהם טועה געוועזען, זייא מיינען אז ער איז אברהם אלליין, אזוי האט אליעזר באלד געזאגט: איך ווילל ניט עססען בין איך וועל ניט פריהער רעדען מיינע רעד, האט לבן געענפערט דבר, רעד. זיינע ערשטע ווערטער זענען געוועהען; ויאמר, עבד אברהם אנכי, איהר מיינט אז איך בין אברהם אלליין, ניין, איך- בין אברהם'ס איין קנעכט אין דערנאך האט ער זייא ערשט ער־ קלעהרט דיא גאנצע געשיכטע, נאך וואס ער איז געקומען אזוי וויא אין פרשת חיי שרה שטעהט, וואס איז געוועהין דער מיין
Druckschrift
Seyfer zikhroynes̀ : oder, Biografishe beshraybung fin di alṭe layṭ ṿos zenin oyfgenemen geṿoren in Buḳaresṭer azil (bate maḥseh li-zeḳenim) fom yahre 1880 biz ende des yahres 1890 / me-et Yaʿaḳov Pesantir ; des seyfer werd ridikirṭ le-koved dem hisṭorishen farayn "Yulyus Barash" tsu Buḳareshṭספר זכרונות : אדער, ביאגראפישע בעשריבונג פין דיא אלטע לײט װאס זענין אױגענעמען געװארען אין בוקארעסטער אזיל (בתי מחסה לזקנים) פאם יאהרע 1880 ביז ענדע דעס יאהרעס 1890 / מאת יעקב פסנתר ; דאס ספר ווערד רידיקירט לכבוד דעס היסטארישען פעראיין "יוליאס באראש" צו בוקארעשט
Entstehung
Seite
11
Einzelbild herunterladen
verfügbare Breiten