Druckschrift 
Seyfer zikhroynes̀ : oder, Biografishe beshraybung fin di alṭe layṭ ṿos zenin oyfgenemen geṿoren in Buḳaresṭer azil (bate maḥseh li-zeḳenim) fom yahre 1880 biz ende des yahres 1890 / me-et Yaʿaḳov Pesantir ; des seyfer werd ridikirṭ le-koved dem hisṭorishen farayn "Yulyus Barash" tsu Buḳareshṭספר זכרונות : אדער, ביאגראפישע בעשריבונג פין דיא אלטע לײט װאס זענין אױגענעמען געװארען אין בוקארעסטער אזיל (בתי מחסה לזקנים) פאם יאהרע 1880 ביז ענדע דעס יאהרעס 1890 / מאת יעקב פסנתר ; דאס ספר ווערד רידיקירט לכבוד דעס היסטארישען פעראיין "יוליאס באראש" צו בוקארעשט
Seite
13
Einzelbild herunterladen

קראנקע אין זייא געטראנען פין איין בעט אויף דעם אנדערן אז איך האב געזעהען אז איך קאן שוין קיין שום דיענסט ניט אהן נעמען בין איך געוועהן ציפריעדען שמש צי זיין אין שיעלכען ביי דיא אלטע לייט אין דער נאך אז דיא קינדער צענטלער האבען געבויעט דאס טעמפעלע בין איך דארט אויך געוועהין שמש אהנע לאהן מיינע נאהרונגסמיטטעל זענין נאר געוועהן פון דעם וואס איך האב אין שיעל פארדיענט מיט מיין יגיע כפי אין וואס מיין ווייב האט פארדיענט מיט אביסיל קרעמערייא אין דער גאס, דאס איז אינזער פרנסה געוועהן, אום פאן דעם אזיעל ניט צי עסין. אבער דער וואלף מיכאלאוויטש האט מיר דאס ארימע ברויט אויך ניט פארגינין, ער האט געזיכט מיטעל מיר דאס אויך צי צו נעמען. אז ער איז געקומען אויף דעם טויער פין דעם אזיל הויף אין האט מיך געזעהן זיצען ביי דער שיהל וימלא חמה אין זיין פנים איז באדעקט געווארען מיט אללערלייא פארבען אין זיין צארן האט אין איהם געברענט אזוי וויא אין המנין אויף מרדכין ער האט טאג אין נאכט געזיכט איין דארנבוים ער זאלל מיך אויף איהם אויפר הענגען. מען מען דיא געשיכטע פארגלייכען צי מגילת אסתר. אזוי וויא דארט שפיעלט דיא ראללע אחשורוש המן מרדכי דיא זעלבע געשיכטע איז דא אויך פארגעקימען, דער מלך אחשורוש אין זיין מיניסטער המן דיא האבען ניט געריהט ביז זייא האבען ניט פארטריעבען דעם מרדכי וואס ער פלעג תמיד זיצען ביי דעם טויער פין דער שיהל. בשנת שתים עשרה למלך אחשורוש הפיל פור הוא הגורל לפני המן מיום ליום ומחודש לחודש ונפל הגרל על סוף סעפטעמבער 1888 אז דאמאלס זאלל מען מיך פין דער שיהל ארויסווארפען אז איך זאלל דיא ארימע פאאר גרייצער אויך

ניט מעהר קענין פארדיענען(*)

ביי דעם היסטארישען פעראיין יוליוס באראש בין איך איי­איינער פין דיא פונדאטארען אין אויך איין אקטיוועס מיטגליעד אין צאהל איין גלייך מיט אללע מיטגליעדער אין מיר האלטען קיין שׁמש ניט, איך מיט דעם פרימ סעקרעטער משה שווארצפעלד

(*) סוף יענער 1876 איז ער געקימען אויף דעם בענקיל, אין סוף סעפטעמבער 1888 איז ארויס דער גורל( ס"ה שתים עשרה למליכה) אז מרדכי זאלל זיך אהן טאהן אזאק מיט אש אין זאלל

פאסטען אויף הפסקה.