ט
ים
ם
מ
פין דער שטיב דארט אין אזיל אין 1888 האב איך איין שהחיינו. געמאכט איבער זיינע ערשטע פירות וואס ער האט געבראכט אויף דער וועלט. כי אבן מקיר תזעק וכפיס מעץ יעננה: דענן דער שטיין פין דער וואנד וועט שרייען אין דאס פייגעלע פין מיין ביימעלע וועט ענפערן. אין ציא דיא ערסטע עדות וועלין נאך ציקימען מיינע אלטע ביינער אין וועלין צייגען דיא צייכען וואס זייער דינאמיט האט זייא געטראפען אויף דער עלטער. דיא ביינער וועלין בעקערפערט ווערין אין פארשטעללען איין מענשעני פיגור מיט דער נשמה בייזאמען אין דיא נשמה וועט איינרייכען איינע קלאגע דעם פרימע־פראקוראר אין וועט אזוי איינע פראגע פארשטעללען: רבונו של עולם, דיא האסט מיך אריינגעשיקט אין ליימירנים גולם אין איך האב איהם ארימגעפיהרט אויף אימי בעקאנטע וועגען איבער פעלדער אין וועלדער, איבער שטערט אין דערפער. אויף דיא פעלדער האט ער גירעד מיט אזאלכע מתים וואס זייא זענין געוועהן אבגעשייד פין דיא לעבענדיגע הינדערטיר יאהרען. אין דיא שטעדט אין דערפער האט ער נאכגעפארשט צווישען לעבענדיגע מענשען וואס זייא זענין געוועהן אין דער על־ טער פין איבער הינדערט יאהר אום ער זאל קעננען איבערצייגען אז דיא יודען זענין אלטגעזעססענע אין דיא לענדער רומעניען אין עס זאלל אבגעווישט ווערין דער מיאוסער פלעק וואס דיא אומות העולם האבען ארויפגעלעגט אויף דיינע פערטריעבענע יודליך אין נאך איין פלאגע פין 15 יאהר וואס איך האב דעם גולם געפלאגט אויף דעם גיטען וועג, דאב איך איהם נאך אינטערגעהעצט ער זאלל טהיילנעהמען וועגין צי בויען איין אינסטיטוט פיר אלטע לייט צי פערזארגען. דער גולם האט דערבייא אויך געהארוויט 12 יאהר אין דערפאר וואס ער האט ענטדעקט דיא גרינדונג דעס פֿער־ איינס בתי מחסה לזקנים איז ער פערזעקוטירט געווארין ביז אין לעטצטען טאג פין זיין לעבען. איך האב איהם געמיזט אונטער־ שטיטצען מיט מיין הייליגען גייסט ער זאלל קענין אויף זיינע פיס ארימגעהן, פרעג איך דיך דיא פרימ־פראקוראר, דיא משפט'סט דיא גאנצע וועלט: זו תורה וזו שכרה?
- אני הנשמה של החומר יעקב ב"ר אשר זעליג, פסנתר
אום מיינע ברידער זאללען פין דעם ניט לאכען וועל איך