- טז-
פארשטעללען איינע לעגענדע וואס געפינט זיך בייא אונז יודען אונטער דיא געבעטע פין ימים נוראים.
דער פיוט שטעללט זיך אנידער אין זאגט: גוף ונשמה אם- תריבם דוחו לא יכלו קום איך יוכל אדם לזכות בדין. דיא נשמה מיט דעם גוף קאנין זיך ניט גירעכט שטעללען פאר דעם גרויסען בית המשפט. אז מען פרייגט דיא נשמה פאר וואס האסטי ציגעלאזט דעם קערפער אזוי פיעל עבירות צו טהין, זאגט דיא נשמה: איך האב קיינע שולד אין דיא עבירות וואס דער קערפער האט גע־ם טהאן. איך האב איהם געוויזען דעם גיטען וועג, האב איהם גע־ ווארינט אין איהם געזאגט אז פאר עבירות בין איך נישט פערים אנטווארטליך נאר אבער אז דיא וועסט גיטס טהין אין נאכגעהען נאך מעשים טובים אין מצות אזוי בין איך גוטשטייער אין פער־ זיכער דיר אז דיא וועסט באצאהלט ווערין כפל כפלים אין ווער עס וועט וועלין דיר שלעכטס טהין, וועל איך זיין דיין אדוואקאט ב) אין וועל מיך פאר דיר פארשטעללען אין פערלאנגיזן סאטיספאקר 2r ציאן פין דיא רשעים וואס וועלין דיך בעטריגען. אבער דיא האסטטי מיך ניט געוואללט פאלגען, ביזט נאכגעגאנגען נאך תאות עולם הזה בין איך ניט שילדיג". דאמאלס הייסט מען דער נשמה אויף א זייט שטעהן אין מען שאפט אז מען זאלל ברענגין דעם קער־ פער צים משפט דיא שמשים לויפען געשווינד צים קבר אין וויא זייא קימען אהין זעהען זייא וויא דער קערפער איז פארפוילט אין עם שיבלען אין גריבלען ווערים, שלענג, יאשצירקיס אין אנדערע טויטענפרעססער ארים דעם פערשטינקענעם חומר אין דאס גע־ שטאנק געהט ארויס עד לב השמים וויא זייא דערזעהן דיא חתונה מיט דעם באנקעט לויפען זייא צוריק צום בית דין של מעלה אין זאגען עס איז אונמעגליך דעם קערפער צי ברינגען, ער וועט פֿערשטינקען דעם גאנצען סאלאן, ער האט זעהר א שלעכטען גערוך. אזוי שיקט מען צוויי מעכאניקער פין דער גרויסער אקאדעמיע אין מען בעפעהלט זייא צי ברענגען דעם ריינעס סקעלעט אויסגעטהאן פין דעם קערפער. דיא בעלי מלאכות 2 זאמען ניט קיין סך אין ארבייטען מיט זייערע כעמישע קינצען אדער מיט זייער כשוף, וויא דיא לעבענדיגע וועלט רעד זיך איין אין מען ברענגט איין ריינעם סקעלעט, ער ווערט אינטראפירט