ין-
אין דער פיגור פין א בן אדם אין ווערט באלזאמירט מיט אללער־ לייא שמעקענדיגע געווירצע, ער זאלל ניט פערשטינקען. דיא אל־ כימיסטען וואס זענין דארט דא אין דער אקאדעמיע מאכען מיט זייער קינץ אז דער סקעלעט ענפירט אויף אללע פראגען וואס דיא דיינים פרעגין איהם!). אין ערשטען ברענגט מען דאס ספר הזכרונות אין מען ווייזט איהם וויא ער אלליין האט אנגעשריעבען אין מען לעזט איהם פאר: דעם אין דעם האסטי מבייש געוועהן בפני קהל ועדה, פלוני בן פולני האסטי פארטריבען פין זיין פרנסה, דעם אין דעם האסטי זיין געלד אויפגעגעססען, דעם אין דעם האסטי זיין ברויט פון דעם מויל אויסגעריססען, דעם אין דעם אלטען מאנן האסטי פערטריעבען פון זיין נעסט ביז ער האט
פערלארען זיין לעבען אויף דיא גאססען, דיא אין דיא אלטע לייט האסט געשיים אהנע גט פטירין כדת משה וישראל. אקעגען ארמע אלטע מענשען ביסטי געוועהן איין עזות פנים אין האסט אויסגעאיבט דיין בארבארישען כאראקטער, איינע פאללע שטונדע ווערד פארגעלעזען דיא עבירות וואס ער האט בעגאנגען בין אדם לאדם אין בין אדם למקום.
וויא מען האט געענדיגט דאס פארלעזען ענפירט דער סקע־ לעט: ניין רבונו של עולם, ניט איך בין שילדיג אין דיא אללע עבירות. דיא נשמה האט מיך דערצי געבראכט. ווארין והראיה, אז דיא נשמה געהט פין מיר אוועק אזוי בלייב איך ליגען וויא איין גולם געמאכט פין ליים". אזוי געפינט מען שוין פיר גערעכט דעם גוף אין מען זאגט צי דער נשמה: דיא ביסט טאקע אין גאנצען שילדיג, ווארין אז דיא האסט געזעהן אז דער גוף טהיט אזעלכע שטארקע עבירות האסטי איהם געקענט פערלאזען אין זאללסט דיר געהן אין דיין ריה אריין, דענן דיא ביסט פאר דעם קערפער ערוב 2). אזוי שרייט דיא נשמה: יאה, איך האב דאס טאקע געוואללט טהין, האב שוין אפילו דעם קערפער צילייגט אויף דעם בעט אין איהם געשוואכט אללע זיינע כוחות, אזוי קימען דיינע שמשים אין זאגען מיר געה ניט אוועק פין דעם רשע'ס
י) דיא צייטונגען ערצעהלען אונז אז איינער עדינזאהן האט געמאכט פופען וואס רעדען וויא לעבענדיגע מענשען, אז מען קען דא אזא קינץ, קעננען דיא אלכימיסטען פין דער גרויסער א קאדעמיע אויך דיא קינץ. ) דיא הייליגע משנה זאגט: הכל נתן בערבון, זאגט דער מפורש: היא נשמתו שערב בעדו.