הגלגולת הוא מעשה אכזרי ומחבל עצם הגלגולת באופן נורא מאוד ואם לפעמים אינו עולה ביד המכה להרג את הבהמה בהכאה אחת אז הכאב נורא מאוד מלבד זה אצל הרגה הדם נשאר כלו בגוף הבהמה ונתקע בבשר ונודע לחכמי הרופאים שהדם מכיל בתוך חומרים ארסיים כאשר הג רו על זה החכמים Bischardat בפאריז, Galagawski בווארשוי ואחרים.
נתן פתחיה מבית ליפע
דיא איבערזעטצונג פון העברעישען אין זשארגאן דעם בריעף פין החכם הגדול המרומים דר, ליפפע ני' אין דעם בּעטרעף פין מיתה אסכרה
אין מיתה נשוקה וואס דיא גמרא ברכות ברענגט אין דף ח' עמוד א'.
לכבוד הר"ר יעקב פסנתר ג'י.
אין דער גמרא ברכות דף ח' עמוד א' שטייט אין מיר האבען אויך אזוי גילערנט 903 מיתות זענין בעשאפען געווארין אויף דער וועלט דיא ערגסטע אין דיא שווערסטע מיתה הייסט אסברה. וועלכע איז אזוי וויא דיא בערליך וואס פאלען אראן אין געשיירענע וואלל, אין אז מען וויל זייא ארויס רייסען אין ארונטער ווארפען בלייבט צוריק וואלל אויף דיא בערליך, אזוי איז דיא מיתה אסכרה. מען קען פערשטעהען אז עס איז איין אונטערשיעד פין דיא אלטע געלעהרטע ביז צו דיא נייע. דיא אלטע האבען זיך מעהר פערלאזט אויף דענקען אין גריבלען, וועהרענד דיא הייטיגע האבען כלים אין אינסטרומענטע דערצו.
הייטע מיזען מיר איין פערגרעסערונגסגלאז אין העמישע וויסענשׂאפט דערצו בעניצען, אין דער פארצייט האט מען זיך פער־ לאזט אויף דענקען אין מען האט געצעהלט איעדע מיתה אין מען האט געפינען 903 מיר אבער בעפאסען אונז ניט מיט צעהלען, אין ווייל מיר האבען נעטהיגערעס צו קלעהרען אין מיר האבין דיא כלים דערצו דערפען מיר ניט דיא אלטע צייט קריטיזירען אין איבער זייא עטוואס זיך אויס צו שפרעכען זייא האבען געטהאן וואס זייא האבען פערשטאנען, אין איך וועל נאר מיינע מיינונג דאריבער אויס שפרעכען אין אז איך האב איין פעהלער געמאכט איז דאס מיין פעהלער, אבער דיא אלטע האבען רעכט געהאט אזוי צו זאגען.