האלזקראנקהייטען זענין 3 נאך דער גמרא אסכרה( אנגינע) סרגיכי אין חינכי, ווארגען אונד האלזענטצינדונג איז אויך געוועזין פערשיעדענע אין דיא שווערסטע פין אללע איז אסכרא, אונד אין דער ערצטליכער שפראכע הייסט דיא קראנקהייט דיפטעריטיס. דאס ווארט בעדייטעט איינע הויט, איין בלאט וויא עס שטייט על הנייר ועל הדפתרא( מגילה י"ז) אין ווייל אויף דעם ערקראנקטען ארט בלייבט איבער אוואסערשטאף אין עס איז שוועהר וויא איין הייטעל אדער וויא איין בלאט אין עס בעדעקט דעם שלינג, אמאהל וויא איין דין האטעל אין איין מאהל וויא איין דיקעס האטעל אמאהל איז דאס לייכט העראונטער צו נעהמען אין איין מאהל שווער ווייל עס ווירד צוגעקלעבט צו דער שליימהויט אין געהט ארינטער איגטער דער הויט אין מען קען דאס ניט ארינטער נעה־ מען אויסער מען רייסט אב אשטיק פין דער הויט אונד עס בלייבט דארויף איינע וואונדע. איבער דעם האט עס דיא גמרא פערגליכען צו איין דארן וואס ער ווערט פארפלאנטיט אין וואלל אז מע שלעפט אים ארויס מין אביסל וואלל צוריק בלייבען, דיא מיינונג פון דער גמרא איז גאנץ די טין אבער ריש" דער בעסטער פין דיא מפורשים אין דער ערוך האבען זיך טועה געוועזען ווייל נאך זייער מיינונג איז דאס גאנצע משל גאר אויף דער מיתה אז דער טויט איז גלאך וויא איין דארן וואס מען שלעפט איהם ארויס פין דער וואלל. דאס משל איז אבער גאר ניט גלאך צו דעם נמשל אבער נאך מיינער מיינונג געהט אבער ראס משל נאר אויף דער קראנקהייט, ווייל ווער עס האט אבער ניט געזע־ הען דעס טויט פין איין קינד וואס שטארבט אויף אסכרה ווייסט ער גאר ניט פין אנגינע צו זאגען. דער וואס קענן דאס צוזעהען מיז איין שטיינערנעס הערץ האבען עס ווערד נאך אונד נאך דער־ ווארגען אין זיין שמערץ ווארפט עס זיך הין אונד הער ביז דער טױט בעפרייט איהם פין זיינע שמערצען. פאלגלין איז דאס משל ארוס צו שלעפען דעם דארן פון דער וואלל דערצי אפילו איין טויזינטער טהייל ניט גלייך.
דער קערפער פין דער דיפטעריטיס איז וויא איין קליין בלא־ זעל וואס האלט זיך אין האלז, דאס ווערט אבער נאר דורך איין מיקראסקאפ געזעהען אין דאס וואקסט טאג טעגליך אין זייער