8-
שנעלל אין איז אים טאנד דעם האלז צו פארשטאפען אין אם מיינסטען האלט זיך דאס אויף דיא דריזען וואס זענין אין ביידע זייטען פאן דעם האלז אין אז עס געהט אריין אין דער שיעפע כובע אריין( נעבען דעם שלינג) שטארבט ער דערווארגען אין אמאהל געהט דאס אין שלינג אראן אין פערזאממעלט זיך דארט איינע גראסע מענגע ווערט דאס אזוי גראב וויא איין גיליע אין פארשטאפט דעם בית הבליעה דאס איז דיא עפנונג פון דעם ושט גאנץ איינפאך וויא דיא איכא דאמרי האבען ערקלעהרט כפטירא בפי וְשֹׁט,
אין אויך דא האט זיך רש"י טועה געוועזען, ער זאנט מיט דעם לשון: עס איז דא בא דעם גראסען אצעאן ערטער וואס נעמט קיין אייזען צו, אין דאמיט מען זאל דאס שׂיף פעסט האל־ טען ווערט דאס מיט שטריק געבונדען שטעקט מען דיא שטריק אריין אין קרוממע לעכער וואס דער נקב אין קרים געראדע וויא דער ושט ווארין פטירא איז דער פשט איין שטריק, דער פרוֹשׁ איז אבער זעהר שוועהר צו פערשטעהן, אפנים רש"י האט בע־ דערפט צי פאהרען ביז דעם ים אוקימנות ער זאל געפינען איין משל אין אוועק געהן פון דעם וואהרען פשׂט, אוֹיךְ אין ערוך געפינט מען ניט אז פטירה ווייזט אויף איין שטריק דער אמת אבער איז. פטירא הייסט שוועמען ווארען פטירות הייסען אין דער גמרא שׁוֹואמען, אין וואס רש"י זאגט אבער אין שבת ל"ג דף א' אז אסכרה הייבט זיך אן אין דיא קישקעס אין ענדיקט זיך אין האלז וואס הייסט בונמלאן. דאס איז וואהרשיינליך ווייל עס גיבט איין מין אסכרה, וואס געהט פין הינטען ארויף, עס הייבט זיך אן אין ושט אין געהט ארויף צים האלז. דאס איז אבער זעהר זעלטען אין דיא אסכרה איז זעהר געפעהרליך, פין אללע פאציענטען מיט דער קראנקהייט האב איך קיין איינציגען געזעהן געהיילט. אוֹיךְ וואס דער מרפה לנפש זאגט אז דאס ווארט מלאנט איז איין אלט פראנצעזישעס ווארט אין דאס שטאמט פין דעס לאטיינישען, דאס הייסט בלעזליך אין האלז, אין דאס ווארט האבּ איך ניט אין אלטע אין אויך ניט אין נייע מעדיקאלישע ביכער געפינען. מיר שיינט אז דאס איז מלגנע, לאטייניש מאליגנא אין אז דאס קיממט צו־ זאממען מיט דעם ווארט באן קלינגט דאס זעהר שלעכט, אין