איך האב געמייט שטודירען אייניגע שטעלען אין תלמוד: אזוי האב איך פין דעם תלמוד ארויסגענעמין א פאאר שאלות וואס מיר איז געוועהן שוועהר צום פערשטעהן אין האב זייא אויפריוט אין אונזערע חכמי הדור הרב ר' אבנר כתבן. הרב ר' יצחק אייזיק שויר( שאר), החכם ר' מתתיהו שמחה ראבענער, החכם ר' הלל כהנה, החכם ר' חיים בעד שיראנא אין דיע אללע האבען מיר זייערע תשובות געשיקט מלא תורה ובחכמה, נאר איין פאאר שאלות זענין מיר צוריקגעבליעבען ניט געפראגט, ווייל דיא שאלות גע־ העריז צו איין דר. דער מעדיצין. אזוי בעט איך דען העררן דר. ליפפע זא גוט צוא זיין אונד מיר דיא שאלות בעאנטווארטען. 1) איך האב געלעזען אין ספר התשבי פין ר' אליהו בחור אשר חיי בשנת רפ"ן למספר בני ישראל. ער בעהאנדעלט דאס ווארט אסכרה מיט דעם לשון: סבר בדברי רז"ל( תענית דף כז) ברביעי מתענין מפני האסכרה שלא תפול בתינוקות, והוא חולי שסותם פי הקנה שבצואר וימות האדם לפי שעה ונראה שלשון אסכרה נלקח מלשון ויסברו( בראשית ח) מעינות תהום. לשון סתימה והוא היה בתחילת הבריאה נופל בתינוקות ואחר כך גם בגדולים. וזה לפעמים כשהיו מתעטשן פרחה רוחם ומתו. לפכך בא המנהג כשאדם מתעטש אומרים לו אסותא( מלשׁוֹן סותם סתימה)( ספר התשבי אות ס).
זא וויא דער בעל התשבי זאגט אז אין דיא ערשטע צייטען נאך דער וועלטבעשעפונג( עס קען הייסען נאך חשבון התורה) איז דיא קרענק אסכרה געפאללען נאר אויף קליינע קינדער שפער טערהין איז זיא געפאללען אויף גרויסע מענשען אויף, אזוי איז מיינע פראגע דערבי"א אויב אין אונזערע צייטען זאלל זיך נאך טרעפען אזוינע פערשיעדענע מיני קרענק פין מיתה אסכרה בייא אלטע מענשען אויך
2) אזיו וויא איך האב בעמערקט אין איהר ווערטיס שרייר בען וואס איהר האט מיר געשיקט. וז"ל הזהב: ומה שאמר רש"י( שבת ל"ג א') אסכרה חולי המתחיל במעים וגומר בגרון הנקרא בנמלא"ן, יש בדבריו קצת אמת לפי שיש מין אסכרה שהליכותיה בהפך הנינו ממטה למעלה אונד זא ווייטער. אז עס איז יא א מאל געוועזין זא איין מיני אסכרה וואס איז געגאננען פין הינטען ארויף איז