Druckschrift 
Seyfer zikhroynes̀ : oder, Biografishe beshraybung fin di alṭe layṭ ṿos zenin oyfgenemen geṿoren in Buḳaresṭer azil (bate maḥseh li-zeḳenim) fom yahre 1880 biz ende des yahres 1890 / me-et Yaʿaḳov Pesantir ; des seyfer werd ridikirṭ le-koved dem hisṭorishen farayn "Yulyus Barash" tsu Buḳareshṭספר זכרונות : אדער, ביאגראפישע בעשריבונג פין דיא אלטע לײט װאס זענין אױגענעמען געװארען אין בוקארעסטער אזיל (בתי מחסה לזקנים) פאם יאהרע 1880 ביז ענדע דעס יאהרעס 1890 / מאת יעקב פסנתר ; דאס ספר ווערד רידיקירט לכבוד דעס היסטארישען פעראיין "יוליאס באראש" צו בוקארעשט
Seite
20
Einzelbild herunterladen

הפטורה דאס איז אלץ דיא זעלבע ארטאגראפיע אזוי וויא בפטורי בפי ושט אין אזוי וויא ופטורי ציצים אין עס ווערט ניט דערמאנט האטט איינער פין דיא פטורית זאל הייסען אשטריק

אבער דיא פראגע איז וויא קימט פטורי צו חבל

נאר ר'ש'י האט זיך בודאי ניט טועה געוועהין, ער האט דאס גענעמען פון דעם ווארט ופטורי ציצים ואטינין שושנין אטונא אין בלשון ארמית חבל אזוי וויא מיר האבען אויבען געלערנט אין דא־ רום האט ער גיגלייכט דעם פטורי בפי ושט צו דעם פטורי ציצים. אבער דיא גמרא זאגט ניט אז פטורי הייסט חבל נאר רש"י אליין זאגט דאס אי אין דער גמרא אי אין מלכים א, נאך מיינע מיינונג איז רעכט אזוי וויא דיר. ליפפען זאגט אז כפטורי בפי ושט איז דיא

עפנונג פון דעם בית הבליעה. איך מיין אז דיא חכמי הדור וועלין ניט שווייגען אין וועלן זייער מיינונג דאריבער געבען.

ד'ר. ליפפע זאגט: גם לא מצאנו בערוך שמילת פיטרא מורה על חבל פיטרא מלשון כמעהן ופטריות( שוואמען) גוף הדיסטרא הוא מין פטורא קטנה דאס זאל הייסען איין מין קליינע שוואמע וואס זיא וואקסט בייא דיא ברונין, דיא שוואמע הייסט אויף דייטש פילץ אין בלשון צרפת פארטיראן.( Portiron) דיא גמרא רעכנט אויס עטליכע מיני שוואמען, זאל דיא פיטרא זיין איינע פון דיא. דיא גמרא זאגט: ויצאו העם לשדה והביאו להם כמהען ופטריות, זאגט רש"י כמהען ופטריות בוליויץ ב'ל'ז שיצאו מלוחליח הגשמים וידעו כי של ברכה היו( תענית פרק שלישי דף כג עמוד א) אז עס האט גערעגינט איז דאס פאלק ארויסגעגאנגען אויף דעם פעלד אין האבען אהיים געבראכט דיא שוואמען וואס זייא קימען ארויס נאך דעם רעגען פון דער פייכטיגקייט פון דער ערד. וגדילו מין הארץ למעוטי כמהען ופטריות( נדה דף ג עמוד א)

איין אנדערא מיני שוואם איז דא וואס זיא וואקסט ארויס פין דער קאשע פון דיא ביימער אין דאס איז היפקע וואס מיר פלעגין זיך אמאהל באדיענען מיט דער היפקע אין מיט אקרע־ מיען אין מיט אשטיילעכען פייער שלאגען איידער דיא שוועבּעליך