Druckschrift 
Seyfer zikhroynes̀ : oder, Biografishe beshraybung fin di alṭe layṭ ṿos zenin oyfgenemen geṿoren in Buḳaresṭer azil (bate maḥseh li-zeḳenim) fom yahre 1880 biz ende des yahres 1890 / me-et Yaʿaḳov Pesantir ; des seyfer werd ridikirṭ le-koved dem hisṭorishen farayn "Yulyus Barash" tsu Buḳareshṭספר זכרונות : אדער, ביאגראפישע בעשריבונג פין דיא אלטע לײט װאס זענין אױגענעמען געװארען אין בוקארעסטער אזיל (בתי מחסה לזקנים) פאם יאהרע 1880 ביז ענדע דעס יאהרעס 1890 / מאת יעקב פסנתר ; דאס ספר ווערד רידיקירט לכבוד דעס היסטארישען פעראיין "יוליאס באראש" צו בוקארעשט
Seite
36
Einzelbild herunterladen

36

EXP

זקן ושבע ימים ויקברי אותו עשו ויעקב בניו( בראשית ל ה)* אזוי אין יצחק אויך געשטארבען במיתה נשיקה אין ניט מיט מיתה פתאומית אדער אפאפלעקסיע. אינזער עלטער פאטער יעקב אבינו איז אויך געשטארבען מיט מיתה נשיקה אין ניט מיט קיין מיתה פתאומית אדער מיט אפאר פלעקסיע אזוי וויא דיא תורה הקדושה ערקלערט אונז, אין זיין נעקראלאג אין אזוי פאנגט אן דיא תורה צו שרייבען אין דער בע־ ציעהונג דען טוֹיטען פאלל פין יעקב אבינו האף ויחי יעקב בארץ מצרים שבע עשרה שנה יעקב האט געלעבט אין מצרים 17 יאהר.

ויהי ימי יעקב שני חייו שבע שנים וארבעים ומאת שנה ווֹיא יעקב איז נעקימען אין דער עלטער אריין פין 147 יאהר זאגט דיא תורה ויקרבו ימי ישראל למות אין עס האט זיך גענעהנטערט דיא טעג. ישׂראלס צים שטארבען. ויקרא לבנו ליוסף האט ער גערופען זיין זאהן יוסף אין האט איהם דערצעהלט דיא זאלסט וויסען אז איך דארף שטארבען זאלסט דיא מיך אוועק פיהרען קיין מצרים אין זאלסט מיך באגראבען נעבען מיינע עלטערן אין אזוי ווייטער. אין באלד נאך דער מעשה איז יעקב קראנק גע־ ווארין שטייט ווייטער ויאמר ליוסף הנה אביך חולה האט יוסף גענעמען זיינע צווייא זעהנע אין איז גענאנגען מבקר חולה זיין זיין אלטען פאטער. וויא מען האט נאר געזאגט אז יוסף קימט, האט זיך דער אלטער קראנקער יעקב אויף געזעטצט אויף זיין בעט אין ער האט זעהר שעהן גערעד מיט זיין זיהן יוסף ער האט איהם גע־ וויזען אז ער איז בא דעם גאנצען שׂכל אין בא דיא מענטשליכע געוויסען אזוי וויא ער איז געוועהין בא דער יוגענד ער האט איהם געבענטשט מיט זיינע קינדער.

אין דער נאך האט יעקב צוזאממענגעריפען אללע זיינע קיני דער אין האט זייא זייער פיעל מיסר געזאגט אין האט זייא אויך געבענטשט פאר זיין טויט אין נאך דער ברכה האט ער זייא גע־ בא דער קבירה פין אברהם אבינו איז געגאנגען פריהר יצחק אין דער נאך ישמעאל האטש ער איז געוועהין דער עלטערער ברידער האט ער געוויזען זיין צדקית אין האט יצחקן מכבד געוועהין ער זאל געהין פאראויס אבער דא איז שוין עשו געוועהין טאקע אגיט שטיק חויר אין ארשע ער האט ניט געלאזט אז יעקב זאל געהין פאר איהם דארום שטעהט פריהר עשו אין

דע נאך יעקב.