זאגט אני נאסף אל עמי קברו אתי אל אבתי איך ווער פערזאמי מעלט צי מיין פאלק, זאלט איהר מיך בעגראבען געבען מיינע עלטערן אין דער מערה המכפלה. אז ער האט נאר געענדיגט דיא
צואה
ויכל יעקב לצות את בניו ויאסף רגליו אל המטה ויגוע ויאסף אל עמיו ער האט צוזאממען גענעמען זיינע פיס אויף דעם בעט ארויף אין איז איינגעשלאפען שטיל רוהיג אזוי וויא אקינד ווערט איינגעשלאפען אין זיין וויגעלע דאס איז אויך אין אמתה מיתה
נשיקה
מרים הנביא איז אויך געשטארבען מיט מיתה נשיקה, אזוי
זאגט רש"י( ז חקת).
געקראלאגיע פין אהרן הכהן.
אין אזוי זאגט דיא תורה הקדושה: קח את אהרון ואת אלעזר בנו והעל אתם הור ההר. גאט האט געזאגט צי משה נעם אהרן אין זיין זאהן אלעזר אין פיר זייא ארויף אויף דעם בארג והפשט את אהרן את בגדיו והלבשתם את אלעזר בנו. אין דיא זאלסט אויס טאהן פין אהרן דיא קליידער אין זאלסט זייא אהן טאהן זיין זיהן אלעזר. ואהרן יאסף ומת שם. אין אהרן זאלל דארט שטארבען. ויעש משה כאשר צוה ה', משה האט געטאהן אזוי וויא גאט האט איהם געהייסען. ויעלו אל הור ההר לעיני כל העדה. ער האט זייא ארויף געפיהרט אויף דעם בארג פאר דיא אויגען דער גאנצער געמיינדע ויפשט משה את אהרן את בגדיו וילבש אותם את אלעזר בנו. אין משה האט אויסגעטאהן אהרן דיא קליידער אין האט זייא אנגעטאהן זיין זאהן אלעזר. וימת אהרן שם בראש ההר( במדבר כ א) אין אהרן איז געשטארבען אויף דעם שפיץ בארג. יעטצט וועלין מיר לערנין דיא פסוקים מיט רש"י.
קח את אחרן בדברים של ניחומים. גאט האט געזאגט צי משה נעם אהרן מיט גיטע רייך אין זאלסט איהם טרעסטען. אמר לו האט משה געזאגט צי זיין ברידער אהרן אשריך שֹׁתראה כתרךְ נתון לבנך אז וואהל איז צי דיר אז דיא זעהסט דיין קרון אין געגעבען געווארין צי דיין זאהן. מה שאין אני זכאו לכך. וואס איך