- 38
-
-
בין דאס גאר ניט זוכה. את בגדיו את בגדי כהונה גדולה הלבישיהו. ער האט פריהר אנגעטאהן אהרן דיא גרויסע בּגדי כהונה, והפשיטים
מעליו לתתם על בנו בפניו. אין דער נאך האט ער זייא אבגע־ צוגען ער זאלל זייא אהן טאהן זיין זאהן פאר זיינע אויגען. אמר לו. הכנס למערה. געה אריין אין דער הייעל. והכנס איז ער אריין געגאנגען. ראה מטה מוצעת ונר דלוק. האט ער געזעהען איין פאר־ בערייטעט בעטיל אין אלעכט ברענט. אמר לו האט משה געזאגט צי אהרן. עלה למטה. געה ארויף אויף דעם בעט ועלה איז ער ארויף געגאנגען. פשוט ידיך צי אויס דיינע הענד. ופשט האט ער זייא אויסגעצויגען קמוץ פיך מאך צו דיין מויעל וקמץ האט ער פארמאכט. עצום עיניך מאך ציא דיינע אויגען. ועצם. האט ער צי געמאכט. מיד חמד משה לאותה מיתה. וזה שנאמר לו( דברים לב) כאשר מת אהרן אחיך מיתה שנתאותה לה
בעל הטירים זאגט.
וימת אהרן שם בג"י מלמד כי מת בנשיקה* דער בעל הטירים זאגט זייער רעכט, אזוי איין מיני טויט וויא אהרן הכהן איז געשטארבען הייסט ריכטיג בנשיקה האט ער איז ניט גע־ שטארבען אויף איין אפאפלעקסיע. יעטצט וועלן מיר זעהען דעם טהייערן געקראלאג, וואס דיא תורה הקדושה שרייבט וועגען אינזער געזעטצגעבער משה רבינו אין מיט וואס פאר איינע מיני מיתה ער איז געשטארבען בודאי ניט אויף איין אפאפלעקסיע אין טאקע נאר מיט מיתה נשיקה אין ערשטין האט משה געוויסט דעם יום המיתה( וועהרענד איינע אפאפלעקסיע ווייסט ניט דעם יום המיתה) אין דעמזעלבען טאג וואס ער האט געדארפט שטארבען האט ער צוזאממענגעריפען כל ישראל אין האט זייא געהאלטען איינע שעהנע רעדע, אין ער־ שטען האט ער זייא ערקלערט דעם יום המיתה אין האט אזוי געזאגט בן מאה ועשרים שנה אנכי היום היינט בין איך געקימען אין דער עלטיר פין 120 יאהר איך קאן שוין מעהר ניט דינין אין גאט האט מיר געזאגט אז איך וועל דעם ירדן ניט אריבער געהען אין אזוי ווייטער. וויא עס שטייט אין פ' וילך. וויא אזוי האט משה ויראו כל העדה כי גוע אהרן אין דיא גאנצע געמיינדע האט געזעהען וויא אהרן איז
.
איינגעשלאפען.