Druckschrift 
Seyfer zikhroynes̀ : oder, Biografishe beshraybung fin di alṭe layṭ ṿos zenin oyfgenemen geṿoren in Buḳaresṭer azil (bate maḥseh li-zeḳenim) fom yahre 1880 biz ende des yahres 1890 / me-et Yaʿaḳov Pesantir ; des seyfer werd ridikirṭ le-koved dem hisṭorishen farayn "Yulyus Barash" tsu Buḳareshṭספר זכרונות : אדער, ביאגראפישע בעשריבונג פין דיא אלטע לײט װאס זענין אױגענעמען געװארען אין בוקארעסטער אזיל (בתי מחסה לזקנים) פאם יאהרע 1880 ביז ענדע דעס יאהרעס 1890 / מאת יעקב פסנתר ; דאס ספר ווערד רידיקירט לכבוד דעס היסטארישען פעראיין "יוליאס באראש" צו בוקארעשט
Seite
39
Einzelbild herunterladen

-

39.

געוויסט אז ער דארף היינט שטארבען שטייט ווייטער אין פסיק ויאמר ה' אל משה הן קרבו ימיך למית אין גאט האט געזאגט צי משה הן עס איז אמת. קרבו ימיך למית היינט איז געקימען דיא צייט אז דיא זאלסט שטארבען דער אור החיים זאגט דרשו רז'ל היום מלאו ימי משה ע"כ ובא דבר ה' אליו ואמר הן כדבריך קרבו ימיך האט משה זיך פארבערייטעט אין האט איינגעזאמעלט זיינע יודיליך אין האט זייא זייער פיעל מוסר געזאגט אין אויך דיא שירה פין האזינו. אין דארט נאך דער שירה האט איהם גאט ווידער איין מאהל געזאגט משה זאם דיך ניט דא אסאך מיט דיינע יודיליך געה ארויף אויף דעם בארג היינט איז דיא צייט פין דיין שטארבען, אין אזוי זאגט דער פסיק וידבר ה' אל משה בעצם היום הזה לאמר עלה אל הר העברים הזה. ומת בהר אשר אתה עלה שמה והאסף אל עמיך כאשר מת אהרן אחיך בהור ההר ואסף אל עמיו. אין גאט האט גירעט צי משה אין דעמזעלבען

טאג געה ארויף אויף דעם בארג נבו אין דיא וועסט דארטין שטארבען אויף דעם בארג מיט אזוי איין טוֹיט וו"א דיין ברידער אהרן איז געשטארבען דאס הייסט מיט מיתה נשיקה בעל הטירים זאגט כאשר מת אהרן בג"י הן בנשיקה מת אהרן( בעל הטורים אין דארום זאגט רש"י כאשר מת אהרן אחיך באותה מיתה שראית וחמדת אותה אזוי וויא אהרן איז געשטארבען מיט מיתה נשיקה אזוי וויא דיא האסט אליין געזעהען מיט דיינע אויגען אין צי איהר געגליסט אין דיא האסט געזאגט אשרי מי שמת במיתה זו( פ' האזינו שם ברש"י) אזוי וועסטי אויך שטארבען מיט מיתה נשיקה. וויא אינזער רבי משה האט געלעזען דיא לעטצטע ט w עטאציע אין ער האט געזעהען אז עס איז קיין פארדאן אין ער קאן זיך שוין דא ניט מעהר פארזאמען אין האנטיגען טאג מיז ער שוין געהען אויף דעם בארג ארויף זיך לייגען שלאפען, האט ער געזאגט רבי שע לאז מיך נאך איין שעה לעבען איך זאל בענטשין מיינע יודיליך פאר מיין טויט אין האט שוין טאקע באלד אנגעפאנגען צי זאגען דיא ברכה ה" מסיני בא וזרח משעיר למו אין אזוי ווייטער ביז ואתה על במותימו תדרך. דארום זאגט דער פסיק אובען וזאת הברכה אשר ברך משה. איש האלהים את בני ישראל לפני מותו. אין דאס איז דיא