Druckschrift 
Seyfer zikhroynes̀ : oder, Biografishe beshraybung fin di alṭe layṭ ṿos zenin oyfgenemen geṿoren in Buḳaresṭer azil (bate maḥseh li-zeḳenim) fom yahre 1880 biz ende des yahres 1890 / me-et Yaʿaḳov Pesantir ; des seyfer werd ridikirṭ le-koved dem hisṭorishen farayn "Yulyus Barash" tsu Buḳareshṭספר זכרונות : אדער, ביאגראפישע בעשריבונג פין דיא אלטע לײט װאס זענין אױגענעמען געװארען אין בוקארעסטער אזיל (בתי מחסה לזקנים) פאם יאהרע 1880 ביז ענדע דעס יאהרעס 1890 / מאת יעקב פסנתר ; דאס ספר ווערד רידיקירט לכבוד דעס היסטארישען פעראיין "יוליאס באראש" צו בוקארעשט
Seite
40
Einzelbild herunterladen

ברכה וואס משה האט געבענטשט זיינע יודיליך אין שעה פאר זיין טויט והראייה אז ער האט נאר אויסגעלאזט על במותימו תדרך האט ער שוין ניט געהארט אז מען זאלל איהם ריפען ער איז שוין אליין ארויף געגאנגען אויף דעם בארג ווארן אזוי זאגט דער פסיק ויעל משה מערבות מואב אל הר נבו. אין ווייטער וויא אזוי דער פסיק דערצייעלט אינז וימת שם משה עבד ה' בארץ מואב על פי ה'.

אין דארט איז געשטארבען משה דער קנעכט גאטטעס אין לאנד מואב אויף גאטטעס באפעהל רש"י זאגט על פי ה' בנשיקה תרגום יונתן בן עוזיאל אין ירושלמי זאגען על נשיקת מימרא ד"ה

ומשה בן מאה ועשרים שנה במותו לא כהתה עינו ולא נס לחוה אין משה איז אלט געוועהין 120 יאהר אז ער איז געשטארבען זיין אויגע איז ניט טינקעל געוועהין אונד זיינע קרעפטע זענין ניט פארשווינדען געווארין רש"י זאנט ולא נהפך תואר פניו. אין תרגום זאגט ולא שנא זיו יקרא דאפוהי עס איז איהם ניט פארענדירט געווארין זיין צירה דאס הייסט ער איז אנשלאפען געווארין גלייך וויא ער לעבט( משה מת בנשוקה).

געקראלאג פין יהושע בן נון,

יהושע איז אויך געשטארבען במיתה נשיקה אזוי דערצעהלט אינז דער פסיק אז יהושע האט געדארפט שטארבען האט ער ציד זאממענגעריפען כל ישראל. ויהושע זקן בא בימים ויקרא יהושע לכל ישראל לזקניו ולראשיו ולשפטיו ולשטריו ויאמר עליהם אני זקנתי באתי בימים. ווייטער שטייט והנה אנכי הולך היום בדרך כל הארץ איך בין געקומען אין דער עלטיר אריין אין איך דארף היינט שטארבען אין ער האט זייא געזאגט זייער שעהנע שטראף רייד, נאך דעם אז ער האט זייא שוין אבי געשטראפט שטייט וישלח יהושע את העם איש לנחלתו ויהי אחרי הדברים האלה וימת יהושע בן נון עבד ה' בן מאה ועשר שנים( יהושע כ ג' כ"ד) דאס הייסט מיתה נשיקה

זייא האבען געוויסט דיא צייט פון יום המיתה בא יעקב שטייט ויקרבו ימי ישראל למות אני נאסף אל עמי קברו אותי אל