אבותי אין האט זיך געזעגינט מיט אללע זיינע קינדער דאס הייסט מיתה נשיקה. אהרן האט געזעהין דיא גדולה פין זיין זיהן אייניגע שעה פאר זיין טויט אזוי וויא מיר האבען געשריעבען אויבען, אין איז איינגעשלאפען שעהן אין ריין אזוי איין טויט הייסט נשיקה. משה רבינו האט זיך געזעגינד מיט זיינע יודיליך אין האט זייא געבענטשט פאר זיין טויט אין איז אנגעשלאפען רוהיג לא כהתה עינו ולא נס לחה, זיין צירה איז ניט פארביטען געווארען. יהושע בן נון דאס זעלבע ער האט זיך געזעגינט מיט זיינע יודיליך אין איז געשטארבען במיתה נשיקה. הש"י האט זייא איינגעוויגט אין זיין וויגעלע אזוי וויא דיא מוטער וויגט אין איהר קינד אין אוויגעלע מיט זינגען אין קישען דארום האבען דיא חכמי התלמוד געריפען דעם טויט מיתה נשיקה אין ניט אזוי וויא דער רבי האט מיר געטאטשט נשיקה הייסט קישען( מנשיקות פיהו שיר א) על פי ה' גאט האט משה אקיש געטאהן אין האט איהם צי גענעמען דיא נשמה. נא מיינע ליעבע לעזער אייגענטליך איז דאס טאקע איינע שעהנע ערקלערונג פין איין מלמד וואס ער גיבט אזוי צו פארשטעהין דעם תלמוד.
דוד מלך ישראל חי וקים
נעקראלאג איבער דעם טויט פין דוד המלך, נאך אינזער מיינונג איז דוד המלך אויך געשטארבען מיט
מיתה נשיקה.
ארט.
דער פסיק שטעלט אינז פאר זיין נעקראלאג אויף אזוי איין
והמלך זקן מאוד ואבישאג השונמית משרת את המלך דער מלך איז געקימען אין דער טיעפער עלטיר אין דיא דינסט אבישג האט איהם באדינט דאמאלס האט ער איבער געגעבען דיא מליכה זיין זיהן שלמה בא זיין לעבען אזוי וויא דיא געשיכטע דערצייעלט אינז אין ערשטען קאפיטעל פין מלכים א ער איז ניט קראנק גע־ וועהין איהם האט נאר ציגעטרעטען דיא עלטערשוועכע. ער איז געזעסין אין צימער אויף זיין בעט אז מען איז געקומען אין מען