Druckschrift 
Seyfer zikhroynes̀ : oder, Biografishe beshraybung fin di alṭe layṭ ṿos zenin oyfgenemen geṿoren in Buḳaresṭer azil (bate maḥseh li-zeḳenim) fom yahre 1880 biz ende des yahres 1890 / me-et Yaʿaḳov Pesantir ; des seyfer werd ridikirṭ le-koved dem hisṭorishen farayn "Yulyus Barash" tsu Buḳareshṭספר זכרונות : אדער, ביאגראפישע בעשריבונג פין דיא אלטע לײט װאס זענין אױגענעמען געװארען אין בוקארעסטער אזיל (בתי מחסה לזקנים) פאם יאהרע 1880 ביז ענדע דעס יאהרעס 1890 / מאת יעקב פסנתר ; דאס ספר ווערד רידיקירט לכבוד דעס היסטארישען פעראיין "יוליאס באראש" צו בוקארעשט
Seite
42
Einzelbild herunterladen

האט איהם געזאגט דיא בשורה אז זייא האבען שוין געקריינט זיין זיהן שלמה פאר קעניג איבער ישראל אין איבער יהודא איז ער געווארען פאלל פריידע. אין איז אויפגעשטאנין אין האט זיך גע־ ביגט אויף דעם געלעגער צי גאט ברוך הוא אין האט אזוי געזאגט געלויבט זייא דער גאט ישׂראלס דער האט היינטע געגעבען מיינעם זאהן צי זיצען אויף מיינער שטיהל אונד מיינע אויגען זעהין איהם. וישתחו המלך על המשכב* וגם ככה אמר המלך ברוך ה' אלהי ישׂראל אשר נתן היום יושב על כסאי ועיני רואות. דא ווערט ניט דער מאנט דאס ווארט בני דער תרגום טייטשט דעם פסיק ( אשר נתן היום) דיהב יומא דין בר יתיב על כורסי מלכותי ועיני

חזאן.

איז דען דאס איין קליין פערגעניגען געוועהין בא דעם מלך דוד אז ער האט ציגעזעהין אזוי איין שמחה מיט זיינע אויגען פאר זיין טויט. ווארין באלד נאך דער מעשה שטייט ויקרבי ימי דוד למות ויצו את שלמה בנו לאמור אנכי הולך בדרך כל הארץ וחזקת והיית לאיש. נאך דער צואה שטייט באלד וישכב דוד עם אבותיו ויקבר בעיר דוד. וישכב אין ויגוע האט איינע בעדייטונג ויגוע וימת ויאסף אל עמיו אדער וישכב עם אבותיו איז איינס

פין דיא זעלבע( זייא אין קאררעספאנדענץ פין אינזערע שאלות ותשובות). אין אזוי האבען מיר געלערנט וישכב אין ויגוע הוא מיתה קלה שנאמר בצדיקים. פין דיא פסיקם נעמין מיר ארויס אז דוד בן ישי איז אויך

געשטארבען במיתה נשיקה, אזוי וויא דיא פריהריגע צדיקים. מיר זאלען זאגען אז דוד המלך האט אויך געוויסט דעם יום המיתה אזוי וויא משה רבינו האט ער בודאי ניט געוויסט. אזוי וויא דיא גמרא ווייזט אינז ווייל דוד איז נאך ניט געקומען צי דער מדריגה וואס משה רבינו איז געוועהין לויט דיא גמרא זאגט האט ער פארלאנגט פין הש"י אז מען זאל איהם מודיע זיין דעם יום המיתה ווען ער וועט שטארבען. אזוי האבען מיר געלערנט אין דער גמרא שבת פרק שני דף ל עמוד א ב אמר דוד לפני הקב"ה רבונו של עולם הודיעני ה' קצי. אמר לו גזרה הוא מלפני שאין

צי גאט אויף זיין געלעגער. * וישתחו השתחוה לאל על המשכב( רד"ק) וכן כתוב במצודת דוד ער האט זיך געביקט