מודיעין קיצו של בשר ודם. האט דוד געזאגט: ומדת ימי מה הוא. האט מען איהם ווייטער געענפירט גזרה הוא מלפני שאין מודיעין מדת ימיו של אדם. האט דוד געפרעגט ואדעה מה חדל אני איך וויל האטש וויסען אין וועליכען טאג איך וועל שטארבען אמר לו בשבת תמות אין אזוי ווייטער. אז דוד איז געוואר גע־ ווארין אז ער וועט אם שבת שטארבען איז ער אנאנצען טאג גע־ זעסין אין האט געלערנט כדי דער מלאך המות זאל צי איהם ניט ציטרעטען. האט בא מיתה נשיקה האט דער מלאך המות ניט צי טאהן נאר אזוי דערצעהלט אינז דיא גמרא. כל יומא דשבתא הוה יתיב וגריס כולי יומא ההוא. יומא דבעי למונח נפשיה קם מלאך המות קמיה ולא יכיל ליה. דלא הוה פסק פומי מגירסא. אמר מאי אעביד ליה הוה ליה בוסתנא אחורי ביתו. אתא מלאך המות. סליק ובחישׁ באילני. נפק למיחזי הוה סליק בדרגא, איפחית דרגא. מתותיה אישתיק ונח נפשו. מיינע ליעבע לעזער דא איז איינע פראגע: אין מלכים א ווערט פארגעשטעללט איין געקראלאג אין דער מענטשליכער נאי טור אזוי וויא איין מענטש געזעגענט זיך מיט זיינע קינדער אין מיט זיינע גוטע פריינד פאר זיין טויט. אונד אין דער גמרא שטעלט מען דיא געשיכטע גאנץ אנדירש פאהר. נאר כולם דברי אלהים
חיים.
דיא גמרא איז פאר מיר ניט געשאפען איך פארשטייא. זיא גאר ניט. נאך מיינע געוויסען גיבט מיר דיא גמרא צי פארשטע־ הען דיא לעצטען דרייא ווערטער מתותיה אישטיק ונח נפשו זיין מיתה איז געוועהין שטיל אונד רוהיג. מתותיה אישתיק ונח נפשו אין ויגוע וימת ויאסף אל עמיו אין וישכב עם אבותיו. איז אלץ אין דערזעלבען בעדייטונג עם כן על אחת כמה וכמה. דוד המלך אחד משלשה הצדיקים אשר מתי בשבת מת במיתה נשֹׁיקח דוד בן ישי שעשה צדק לעולם עם כל ישראל מת במיתה נשיקה דוד מלך ישראל לא מת ע"י מלאך המות, איפחית דרגא מתותיה אישתיק ונח נפשו הוא מיתה נשיקה. דוד מלך ישראל חי וקים
זעה אין היועץ נומער 1042. 16 יוליא 1888