Druckschrift 
Seyfer zikhroynes̀ : oder, Biografishe beshraybung fin di alṭe layṭ ṿos zenin oyfgenemen geṿoren in Buḳaresṭer azil (bate maḥseh li-zeḳenim) fom yahre 1880 biz ende des yahres 1890 / me-et Yaʿaḳov Pesantir ; des seyfer werd ridikirṭ le-koved dem hisṭorishen farayn "Yulyus Barash" tsu Buḳareshṭספר זכרונות : אדער, ביאגראפישע בעשריבונג פין דיא אלטע לײט װאס זענין אױגענעמען געװארען אין בוקארעסטער אזיל (בתי מחסה לזקנים) פאם יאהרע 1880 ביז ענדע דעס יאהרעס 1890 / מאת יעקב פסנתר ; דאס ספר ווערד רידיקירט לכבוד דעס היסטארישען פעראיין "יוליאס באראש" צו בוקארעשט
Seite
44
Einzelbild herunterladen

- 44­

-

ראש חודש ניסן תרמייט! בוקארעשמי.

הויך געשעצטער הערר ראבענער, זיא קעננין מיך נאך פין יאססי פאם יאהרע 70-71 ווען איך האב געדריקט מיין ערשטע קראניקע בא ר' הירש גאלדנער, זי וויסען דאס זייער גיט אז איך האב אין קיינע שאהלען געלערנט ליצעאום אדער אניווערזיטעט האב איך ניט געזעהען פאר מיינע אויגען. תורת משה אין מיין ליצעאוֹם, נביאים כתובים איז מיינע אניווערזיטעט אין דיא מפרשים זענין מיינע לעהריר דאס ביסיל וויסענשאפט וואס גאט ברוך הוא האט מיך בא קליידעט האט ער מיר דאס געוויזען דורך תורה נביאים כתובים אלע מיינע ווערקע וואס איך האב מיט גרויסער שוויעריגקייט ארויסגעגעבען האב איך נאר פון דארט געלערנט דאס יעצטיגע בוך באשטייט אויף סטאטיסטיקע נעקראלאגיקע נאר פין דיא טויטע וואס זענין געשטארבען אין אינזער אויעל אין סטאטיסטיקע ביאגראפיקע פין דיא לעבענדיקע וואס זייא געפינען זיך דארט אין דאס אללעס האב איך געלערנט אין דיא הייליגע שריפטען, אלערלייא פרוכטען זענין אין דעם פאראדיעס צי קריעגען ווען איינער וויל שעהנע פריכטע איז דא צי קריגען. פאדארעצים זויערע עפפעל איז אויך דארט דא דיא שענסטע פירות זענין גע־ פלאנצט אין דעם גארטען, נאר זייא זענין פארדעקט מיט שמע־ קעדיגע בלעטיר( דיא תורה איז א לעגאריש געשריעבען). איך האב געזעהען דאס ספר ציונים לתורה צוזאממען מיט דעם ספר אש דת עס איז מיר אין הארצין איין געגאנגען אזוי וויא איין פרישע פיטער אויף איין ווארים לייב זיא האבען ווירקליך פין אינטער דיא בּלע־ טער פון דעם עץ החיים ענדעקט דיא כתרי אותיות וואס זייא זענין געלעגען באהאלטען נאך פאן רבי עקיבא צייטען אהן ביז

יעצט( אהד מעשרה הרוגה מלכות.) יעצט ביטע איך אייך ענפער אויף מיינע שאלות וואס מיר איז פארגעקימען אין מיינעם לערנין.

שאלה.

דאס בוֹךְ סטאטיסטיקע נעקראלאגיקע איז געבויעט געווארען אויף דער גמרא ברכות תשע מאות ו"ג מיני מיתה נבראו בעולם קשה שבכולן אסכרה ניחא שבכולן נשיקה( ברכות דף ה' עמוד א) נאך