Druckschrift 
Seyfer zikhroynes̀ : oder, Biografishe beshraybung fin di alṭe layṭ ṿos zenin oyfgenemen geṿoren in Buḳaresṭer azil (bate maḥseh li-zeḳenim) fom yahre 1880 biz ende des yahres 1890 / me-et Yaʿaḳov Pesantir ; des seyfer werd ridikirṭ le-koved dem hisṭorishen farayn "Yulyus Barash" tsu Buḳareshṭספר זכרונות : אדער, ביאגראפישע בעשריבונג פין דיא אלטע לײט װאס זענין אױגענעמען געװארען אין בוקארעסטער אזיל (בתי מחסה לזקנים) פאם יאהרע 1880 ביז ענדע דעס יאהרעס 1890 / מאת יעקב פסנתר ; דאס ספר ווערד רידיקירט לכבוד דעס היסטארישען פעראיין "יוליאס באראש" צו בוקארעשט
Seite
137
Einzelbild herunterladen

-

137­

אין דיא לעצטע טייערע ווערטער פין בן סירא האב איך מקיים גיוועהן אין האב ניט גיוואלט מיט אזעלכע ווייבער מיין וועלט אבפיהרען ווייל איך האב דאס ניט גיזעהן בייא מיינע עלטערן. דיא ערשטע פרויא מיינע האב איך גיגעט אים יאהרע 1858 אין דעם שטעטיל פיטעשט. דארט אין דעם שטעטיל איז נאך ביז דאמאלס קיין גט ניט גיוועהן פין זייט דאס שטעטיל איז גיבויעט גיווארין אין קיין רב איז אויך קיין מאהל ניט גיוועהין, נאר אין יענער צייט איז דורכגעפאהרען קיין קראיאווא דער בראילאווער רב ר' אפרים זלמן מרגליות האט ער אין איין טאג 2 גיטין גימאכט איך האב גיגעט מיין ווייב אין יוכבד האט גיגעט איהר מאן מיכל פאקטער, ווייל זיא האט מיט איהם אויך ניט גיוואלט זיצען דורך זיינע שלעכטע אויפפיהרונגען, זיא האט דורך איהם קיין דיענסט ניט גיקענט האלטען אין שטיב אין זענין דייקא גיוועהן 2 אלטע לייט, נאר זיא איז גיוועהן שטארק רעליגיעזיש אין ווער איז גיווען דער סופר פין דיא גיטין שרייבען, ר' גדליה ברייער ער איז דאי מאלס גיוועהן אין קלייד בייא זיין שוואגער ר' ליב בלאנק. דיא צווייא גיטין קענין גירעכינט ווערין אין דיא דאקומענטע ציא דער יודישער געשיכטע אין רומעניען פין דעמאלס אהן איז שוין 330 יאהר פאראיבער אין מעהר קיין גט איז ניט גישעהן אין דעם שטע־

טיל פיטעשט. דיא צווייטע פרויא מיינע האב איך גיגעט אין בוקארעשט בייא הרב ר' מלבים זצ"ל, אין איין קורצער צייט האט מיר הש"י ציגעשיקט איין אשה צנועה איינע גוטע פרויא פין ערליכע עלטערן אין דאס איז מיין ווייב זלאטע בת ר' אברהם ווייס ז"ל. אויף אזוי איינע פרויא האט בן סירא גיזאגט: אשת חן וטובת לב בל תמיר בפנינים, אשה טובה אשרי בעלה מספר ימיו כפלים. אשה טובה מתנה טובה בחיק יראי אלהים תנתן, אשת חיל נועם בעלה ישלים ימיו בשמחה. אם דל ואם עשיר לבו טוב ופניו צהלו תמיד.

בן סירא כין(

מיין ליעב ווייב זלאטע פסנתר זיצט אגאנצען טאג אין דער גאס מיט אביסעל גימיינע סחורה, קרייניגקייטען, בענדליך, נאדלין פאדים. מיט דעם גימיינעם האנדעל גינערין מיר זיך שוין זעכצעהן יאהר. וויר דאנקען דעם העררן יוסף ד' עליאס אין זיינער ליעבען