Druckschrift 
Seyfer zikhroynes̀ : oder, Biografishe beshraybung fin di alṭe layṭ ṿos zenin oyfgenemen geṿoren in Buḳaresṭer azil (bate maḥseh li-zeḳenim) fom yahre 1880 biz ende des yahres 1890 / me-et Yaʿaḳov Pesantir ; des seyfer werd ridikirṭ le-koved dem hisṭorishen farayn "Yulyus Barash" tsu Buḳareshṭספר זכרונות : אדער, ביאגראפישע בעשריבונג פין דיא אלטע לײט װאס זענין אױגענעמען געװארען אין בוקארעסטער אזיל (בתי מחסה לזקנים) פאם יאהרע 1880 ביז ענדע דעס יאהרעס 1890 / מאת יעקב פסנתר ; דאס ספר ווערד רידיקירט לכבוד דעס היסטארישען פעראיין "יוליאס באראש" צו בוקארעשט
Seite
138
Einzelbild herunterladen

156­

פרוי פאלאמבא עליאס גיבוירענע מיקא פראנקא אויס זשורשו. וויר האבען דיא שטעללע בא זיין טהיר פין דעם גיוועלב אין צאהלין איהם קיין גרייצער, וועהרענד אנדערע האבין איהם גיוואלט צאה־ לען 50 פראנק א מאנאט. אין דער פאר האבין מיר אונזער דאנק אויסגעשפראכען אין דער רעוויסטע איזראעליטער פון דעם 15

אוגוסט 89.

Act_de_multumire.

Mulțumită generosități d- lui Ioseph D. Elias fiul lui Canutti Elias şi Doamnei Palamba Elias fica d- lui Mico Franco, pot rás­bate grelile vremi ale bătrâneților mele şi simt adânc pătruns de recunoştinţa catre aceste suflete nobile pentru bunavoinţa ce au deja de 16 ani de a lasă cu micul meu negoţ langă prăvălia Slata şi Iacob Psantir d- lor fârâ nici o plata pentru loc.

יעקב פסנתר איין מאנן פין זיבציג יאהר אהנע קיני דער ואנכי הולך ערירי. דא אין בוקארעשט האב איך איין ארי־ מען ברידער*) איך בין גיבוירען אים יאהרע 20 אין דער שטאט באטאשאן, מיין פאטער איז גיוועהן א געבילדעטער מאן אין מעה־ דערע שפראכען, ער איז גיוועהן דראגאמאן בא דעם פראנצעזישען קאנסול אין יאססי אין דער פאר האט מען איהם גיריפען זעליג פראנצויז. מיין פאטער פלעג זיך אויך אבגעבען מיט יודישע אני געלעגענהייטען, אז מען האט גידארפט ערלאנגען איין טובה פאר יודען בא דער רעגירונג אדער בא דיא קאנסולאטען איז דאס גע־ שעהן דורך איהם, ווייל ער איז גיוועהן בעקאנט אין יעדער אמט, אים יאהרע 1803 האט מיין פאטער זייער פיעל גיארביט בּא דער רעגירונג אז מען זאל פאר ברענין דיא ביכער ניאפיטע וואס דער משומד נח מלמד האט געשריבען אויף יודען. אים יאהרע 1885 איז פין גריכענלאנד איינע פראגע דאריבער גישטעלט גע־ ווארין אין המגיה, האב איך דיא תשובה אויף דער פראגע גיגעבין אין היועץ נומער 772 פין 23 נאוועמבער 1885

*) נאך מיין פאטערס טויט האט מיין מוטער גינעמין דעם אנדערן מאן האט זיא איהם גיבוירען דעם ברידער, ער איז א כהן אין איך בין א ישראל אין ווייל איך בין גיוועהן דער על טערער אין אונזער משפחה אין האב מיך גינעהרט מיט מיין מלאכה מוזיק האבין דיא אנדערע יונגע קינדער אויך גילערינט דיא מלאכה, מיין ברידער איז יעצט: מענש פין 53 יאהר אין גי­נעהרט זיך פין דער מלאכה מוזיק, אין ראמאן האב איך ניפאטיס, מיין שוועסטערס קינדער זענין זייא אויך קלעזמער( כלי זמר) אין אלע ארדענטליכע מענשען,